הויפט בלאט באריכט שבת באווארפן פון החתן בן זקונים פון האד' מלויצק; הכנה דרבה צום חתונה הגדולה די וואך

שבת באווארפן פון החתן בן זקונים פון האד' מלויצק; הכנה דרבה צום חתונה הגדולה די וואך

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' שלח • י"ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


בשמחה ובצהלה גרייטן זיך חסידי לויצק צו די געהויבענע שמחה בחצר הקודש, די שמחת החתונה פונעם חתן בן זקונים ביי כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי שלמה זלמן שניאורסון ר"מ אין ישיבת טשעבין זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א און איידעם ביי הגה"צ רבי יודל ניישלאס אב"ד סערעדהאלי בית שמש.

די שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן אויף א געהויבענע פארנעם, בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת שלח כ"א סיון, במקהלות עם רב אין די גיגאנטישע זאלן פון בית רבקה אין כפר חב"ד, וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן אנקוואטירן אזא גרויסע רבישע שמחה.

לכבוד די גרויסע שמחה איז געוועהן ערווארטעט א ריזן ציבור געסט פון אויסלאנד, אמעריקע אייראפע און קאנאדע, וואס האבן געפלאנט צו קומען מיטהאלטן די געהויבענע שמחה בצל הקודש פונעם רבי'ן דער מנהיג העדה, אבער ליידער האט זיך אנדערש אויסגעשטעלט אין ליכט פונעם מלחמה וואס האט אויסגעבראכן אין ארץ ישראל.

די גרויסארטיגע שמחת האויפרוף איז געפראוועט געווארן דעם שבת קודש פרשת בהעלותך מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים, אין חצר הקודש לויצק אויף די שמואל הנביא גאס בקרתא דשופריא.

אין די יעצטיגע טעג איז אונטערגענומען געווארן העפטיגע רענוואציע ארבעט ביים ביהמ"ד און עזרת נשים, צו קענען אקאמאדירן די פילע חסידים ביי די שבת של שמחה, ביי די געהויבענע טישן ברוב עם און די שמחת הפארשפיל מוצאי שבת בתופים ובמחולות.

דאס אלעס איז געוועהן א הכנה צו די שמחת החתונה וואס וועט געפראוועט ווערן מיט גרויס עקסטאז דעם קומענדיגן דינסטאג יום שנכפל בו כי טוב. די עסקנים זיצן אין די טעג אויסצוארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, און אזוי אויך די פארשידענע טראנספארטאציע מיטלען פארן ציבור פון אלע שטעט, באזונדער ווערט אויסגעארבעט די סדר הבאסעס וואס וועלן ארויספארן במשך די ליל החתונה יעדע איינציגן שעה פון רחבת ביהמ"ד לויצק אויף די שמואל הנביא גאס, פאר די חסידים בני המשפחה און גוטע פריינד.

מיטוואך פרשת שלח צומארגנס פון די גרויסע חתונה, וועט פארקומען א שבע ברכות בחצר הקודש אלכסנדר צוגעשטעלט דורכ'ן חותן המלך כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און אין לויף פון די שבעת ימי המשתה וועלן אפגעהאלטן ווערן עטליכע שמחות שבע ברכות אין די לויצקער הויף פאר די חסידים און געסט, שבת שבע ברכות וועט אפגעראכטן ווערן דורכן צד הכלה אין עיה"ק ירושלים.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00