פארלאפאנעם וואך דאנערשטאג איז הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין מנהיג קהילות הפרושים אנגעקומען אין שטוב פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ווי די ראש ישיבה האט געדינט אלס סנדק ביי א ברית פאר א זון פון איינער פון די תלמידים ביי וועלכן הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט געדינט אלס מוהל און געזאגט די ברכות, נאכן ברית איז די ראש ישיבה אריין אויף א באזוך צום פאר הדור ווי עס איז ארומגעשמועסט געווארן איבער די שווערע גזירות על הדת בארץ הקודש, און די ראש ישיבה האט זיך באדאנקט פאר די טירחה דגברא רבה וואס האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט זיך אנגעשטרענגט ביים ארויספארן קיין "יאהוד" מוחה זיין אויף די שרעקליכע חילול קברים אויפן ארט.