היינט נאכמיטאג האט כ"ק האדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א אפגעשטאט א ביקור חולים באזוך ביי מחותנו כ"ק האדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א אין ירושלים, עס איז אנטוויקלט געווארן א שיינעם שמועס אין בעפארברייטונג צום מסע הקודש וואס דער קארלין סטאלינער רבי פלאנט אונטערצונעמען מארגן קיין מאלינאוו – אוקריינע צום הילולא קדישא פונעם הייליגן בית אהרן מקארלין זי"ע, און די קאפיטשניצער רבי האט ווארעם געזעגענט דעם רבי'ן בברכת לחיים ולשלום.