הויפט בלאט באריכט ויחן את פני העיר: כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א באזוכט אין בארא פארק

ויחן את פני העיר: כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א באזוכט אין בארא פארק

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בהעלתך • י"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אשי וויינגארטען


נעכטן זונטאג דער ערשטע טאג פונעם געהויבענעם ביקור המרומם פון כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א אין ניו יארק. האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן דעם אנגעשטרענגטער סדר היום נאך א קורצן אפרוה פונעם טלטול הדרך.

צום ערשט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יוסף ארי' בריננער הי"ו פיליעריגער ידיד בית גור און פטרון פונעם תורה'דיגן חבורה "תורתו" דחסידי גור, וואס האט געהאט די זכיה צו זיין דער מתחיל במצוה מיט זיין העראאישע ביישטייערונג פון א מיליאן דאללער לטובת די קרן התורה דחסידי גור וואס איז אצינד משאת נפשו פונעם רבי'ן אוועקצושטעלן א פינאנציעלע בסיס פאר די ישיבות אין כוללים פונעם תורה אימפעריע דחסידי גור אין ארץ ישראל.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום שטוב פון הנגיד החסיד ר' בנימין בייטל הי"ו מחשובי חסידי גור אין בארא פארק ומגדולי תומכי ומחזיקי תורה, ר' בנימין וואס איז פון בריחי התיכון פון די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "הבן יקיר" וועלכע גיבט זיך אפ מיט די יתומים אינערהאלב ק"ק גור, האט געלאדנט אלע יתומים אין די קהילה אין ניו יארק, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די טייערע בחורים און קינדער וואס האבן שוין אזוי שטאַַרק אַַרויסגעקוקט צום רבינס באזוך, מקבל צו זיין פני קדשו בזמן שהצדיק בעיר.

דער רבי האט דארט פארברענגט א לענגערע וויילע אריבער א האלבע שעה, שמועסנדיג דברי תורה אינאיינעם מיט די אנוועזנדע. דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה"ח ר' חיים יעקב ברוך אבראמאוויטש מרבני ק"ק גור אין בארא פארק.

צום שלוס האט דער רבי טועם געוועהן פון די מזונות און פארטיילט שיריים פאר אלע מסובים באזונדער האט דער רבי פארטיילט שאקאלאדן פאר די יתומים און אנגעוואונטשן יעדן באזונדער בברכת קדשו. נאכן מעמד איז דער רבי אריין אין א זייטיגער שטוב וואו דער נדיב ר' בנימין איז אריין מיט א קוויטל, און דערביי איבערגעגעבן זיין פאנטאסטישע נדבה פון א מליאן דאללער פארן קרן התורה.

דורכאויס דעם טאג איז געוועהן זמני כניסה בבית האכסניא, וואו פילע נגידים זענען איינציגווייז אריין אל הקודש פנימה און איבערגעבן די תרומות הקודש, אינצווישן זיי זענען אריינגעקומען אידן פון פארשידענע פרעמדע קרייזן און האבן איבערגעגעבן פארן רבי'ן גרויסע סכומים פאר די מגבית לטובת די קרן התורה.

באנאכט איז אפגעראכטן געווארן א גייסטרייכער מסיבה אינעם בית וועד לחכמים אין שטוב פון הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יושב ראש אגודת ישראל באמעריקא און נשיא איחוד מוסדות גור העולמי.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00