הויפט בלאט באריכט באשיידענע מעמד יציקת המקוה אינעם בנין החדש פון ישיבה קטנה דרך התורה ד'סאטמאר אין שכונת קארנאוואל נ.י.‎

באשיידענע מעמד יציקת המקוה אינעם בנין החדש פון ישיבה קטנה דרך התורה ד'סאטמאר אין שכונת קארנאוואל נ.י.‎

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' בהעלתך • י"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


פאריגן דאנערשטאג העעל"ט איז כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויסגעפארן צו די קארנוואל געגענט אין ניו יארק וואו עס איז סטאנציאנירט די נייע בנין הישיבה וועלכע ווערט געבויעט פאר די ישיבה קטנה סניף דרך התורה בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א לכבוד די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה אינעם בנין.

דער רבי איז צום ערשט ארום אינעם גאנצן בנין הישיבה אינאיינעם מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און די הנהלת הישיבה, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף א פריוואטער שפאציר אין א שמועס בדברי תורה ופלפול מיט בנו הגדול דער רב שליט"א ארום די שטחים פונעם ישיבה. דערנאך איז פארגעקומען די יציקת הבורות, דער רבי האט געגאסן צעמענט און אריינגעווארפן עטליכע מטבעות, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ דער רב שליט"א און הר"ר יואל אפענהיים שליט"א מנהל הישיבה צו גיסן די ברורות. דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקוואות מיט הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א מגדולי המומחים בעניני מקוואות.

עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים בהיכל הישיבה, וואו עס איז אנטוויקלט געווארן א שיינע שמועס איבער די הצלחה פון די ישיבה און איבער די תועלת פון לערנען אין א ישיבה מחוץ לעיר און איבער די פלענער צו באנייען די בנין הישיבה אין די קומענדיגע וואכן בעז"ה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, און דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר אלע נאספים, די הנהלת הישיבה און פאר די בוי מייסטערס פונעם בנין.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00