הויפט בלאט באריכט בחוצות ירושלים: שיינע רבישע שמחה בחצרות סלאנים – טשעבין – ראחמיסטריווקא – לעלוב

בחוצות ירושלים: שיינע רבישע שמחה בחצרות סלאנים – טשעבין – ראחמיסטריווקא – לעלוב

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' בהעלתך • י"ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


ברגשי גיל וחדווה האבן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן די שיינע רבישע שמחה בחצרות סלאנים – טשעבין – ראחמיסטריווקא – לעלוב, די חתונה איז פארגעקומען אין די מאנדיאל זאל אין ירושלים עיה"ק.

ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הגאון רבי ישראל אהרונסון שליט"א, ברכות ראשונות, די זיידע'ס כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, און הגה"ח ר' נח וויינבערג שליט"א א פעטער מצד הכלה. ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, און די זיידע כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א האט משמיע געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים וואו דער רבי האט געוואונטשן אז אין זכות פון די אבות הקדושים זאלן בטל ווערן די אלע גזירות קשות על הדת ברוחניות ובגשמיות.

דורכאויס די שמחת החתונה האט זיך אנגעזעהן די פעטער כ"ק אדמו"ר מלעלוב, כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסטריקוב ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א, הרבנים הגאונים הצדיקים גאב"ד ביליץ, אב"ד סקולען בני ברק, אב"ד סטריקוב, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא, הגה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא און נאך.

בשעת די ריקודין האט זיך די זיידע האדמו"ר מסלאנים געהויבן אין א פייערדיגן טאנץ און מעודד געווען די ריקודין בעוז ותעצומות, באזונדער האט ער זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די זיידע הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א וואס דינט צענדליגער יאהרן אלס מרביץ תורה אין די סלאנימער ישיבה, אויך האט דער רבי מכבד געווען די פעטער אב"ד סקולען בני ברק פארצוזינגען עטליכע ניגוני סקולען.

מיטן בענטשן איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א א מחותן מצד הכלה, די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, און די זיידע הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.

נאכן בענטשן האט מען אויסגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה, און דערנאך די אנדערע זיידעס האדמורי"ם והרבנים, שפעטער איז די פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה און אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00