מוצאי שב"ק פ' נשא • י"א סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט געהויבענע געמיטער האבן תושבי קרית טאהש מיטגעלעבט דעם ר"ח סיון אן ערשטמאליגער מעמד יום שכולו תורה, ווי הונדערטער בעלי בתים ואברכים האבן פאר עטליכע שעות ברצופות עוסק געווען בהתמדה רבה ונפלאה בלימוד התורה.
די מעמד 'יום שכולו תורה' איז געלאזט געווארן אין גאנג דורך די הנהלת הכולל אין קרית טאהש, מיט איר אייגנארטיגע ציל צו געבן די געלעגנהייט פאר די חשובע עמודי התווך ותומכי הכולל צו שפירן אט די טעם וואס די כולל יונגעלייט שפירן טאג איין טאג אויס צווישן די כולל ווענט, און אזוי ארום טאקע זיין רעכטע שותפים פון ביידע זייטן ברוחניות ובגשמיות.
דער יום שכולו תורה איז אפגעהאלטן געווארן אינעם רייכן אפגעדינגענע ארמון האטעל אין שטאט לאוואל, וואו עס איז געווען הערליך רייך צוגעשטעלט טעימה ושתיה קלה, אזוי ארום צו קענען לערנען בהרחבת הדעת.
די גאנצער היכל געווען איינגעהילט אין א אש התורה פאר עטליכע שעות נאכאנאנד, און עס האט אפגעדונערט בקול חוצב להבות אש א פייערדיגע קול התורה פון די אלע הונדערטער פארזאמעלטע, וקול התורה הולך וחזק מאוד.
פונעם אויבן אן אינעם היכל האבן ארויסגעשטארצט אלע חשוב'ע דיינים ומרביצי תורה פון שטעטל און דעם רבינס קינדער הרבנים שליט"א, ובראשם האט זיך אנגעזעהן די ראש הכוללים כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנטריאל שליט"א, און הרה"ג ר' יואל צבי הלוי מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש.
א ספעציעלע סדר איז אויסגעשטעלט געווארן ווי עס איז געווארן איינגעטיילט צווישן אלע לומדים צו לערנען און מסיים זיין גאנץ סדר מועד בעת די יום שכולו תורה, און די לעצטע שעה איז געווען געאייגנט צו לערנען די קביעות'דיגע שיעורים אין ראם פון חבורת מזון הנפש דחסידי טאהש.
אין א גאר זעלטענע ערשיינונג, איז אין א פלוצים'דיגע מינוט ערשינען בהדרו דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וועלכע האט זיך פערזענליך מצרף געוועהן מיט די סדר הלימוד, און געלערנט מיט'ן טעגליכע חברותא הרה"צ רבי ישכר בעריש סג"ל טירנויער שליט"א ברוב עם אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור.
אינעם באשטומטען זמן נאכ'ן לימוד שעות רצופות האט די גאנצע ציבור אינאיינעם געדאווענט תפלת מנחה, און מיט דעם האט זיך געשלאסן די ערשטע חלק מעמד.
אין א דערהויבענע שטימונג איז דאן סערווירט געווארן א רייכע סעודת ראש חודש אויף א גאר עלעגאנטע פארנעם, ווי עס האבן זיך געזעצט צו רייך געדעקטע טישן די גרויסע פילאנטראפען תומכי הכולל, און צו דער זייט זענען געווען אויסגעזעצט די רבנן ותלמידיהון די חשוב'ע לומדי הכולל.
משך די גאנצע מעמד האבן אנגעפירט מיט די נגינה לכבוד היום, די בארימטע זמרה קאפעליע אונטער די פירערשאפט פון מו"ה איתמר ארגעל הי"ו ראש מקהלת המנגנים בחצר הקודש טאהש.
מיט'ן פתיחת המעמד האט דער יושב ראש, מחשובי לומדי הכולל מו"ה משה לעבאוויטש הי"ו, געפענט און מקבל פנים געווען דעם גאנצן ציבור צום מעמד, און במתק לשונו ארומגערעדט די געוואלדיגע קידוש השם וואס האט זיך אפגעשפילט דעם טאג ביז אהער, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט און נחיצות פונעם שטיצן די הייליגע כולל.
אינעם באשטימטן זמן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות וברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, ווי די רבי האט מחזק געווען סיי שבט יששכר מיט'ן זיין א חלק פון די מבצר התורה און היטן די שטאט ותורה מגינא ומצלא, און סיי שבט זבולון מיט'ן שטיצן די הייליגע כולל, און אויסגעפירט מיט ווארימע ברכות.
ביים מעמד איז אויך פארגעקומען די סיום סדר מועד וואס איז געלערנט געווארן ביים מעמד יום שכולו תורה ברוב עם, און דערנאך האט זיך די גאנצע ציבור ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין בשמחת התורה.
דאן האט אויפגעטרעטן די ראש הכוללים כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנטריאל שליט"א, וואס האט בשער בת רבים געלויבט און גע'דאנק'ט דעם רבוש"ע, אשר שמת חלקו מיושבי ביהמ"ד, און אויך אז ער האט זוכה געווען אזויפיל יארן אויך צו שטיין בראש פון די פיננאציעלע חלק, און אויסגעפירט מיט דברי ברכה פאר אלע תומכים ולומדי הכולל, ובפרט פאר די נייע חברי ההנהלה.
אלס אורח הכבוד איז ספעציעל געקומען צופארן, דער נואם בחסד עליון, הרה"ג רבי מרדכי הערש שפיטצער שליט"א, ראש ישיבת תורת צבי ספינקא, וואס האט מיט זיין אייגנארטיגע שפראך באצויבערט אלע משתתפים מיט טרעפליכע רעיונות און געדאנקען.
דאן איז די מעמד געקומען צו די קלימאקס ווען די חשוב'ע אורח הכבוד האט אויסגערופן א רייע חשוב'ע פילאנטראפן, וואס האבן באותו מעמד אונטערגעשריבן ביים רבי'ן די שטרות ווי זיי האבן זיך אונטערגענומען אסטראנאמישע סכומים להחזקת הכולל, וקנאת סופרים תרבה חכמה ווען פולע נגידים האבן זיך צוגעשטעלט צו זיין פון די מחזיקי תורה.