מיטוואך פ' נשא • ח' סיון תשפ"ה – אסרו חג שבועות | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יוסי לוי
פארגאנגענעם דאנערשטאג במדבר איז אין דער שטאט בית שמש אפגעראכטן געווארן די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון החתן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה הלל שטערן שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, עב"ג די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מליטשיק שליט"א,די שמחה איז פארגעקומען אין די זאלן פון אהל פיגא אין רמה ב' – בית שמש, וואו עס האבן מפאר געוועהן בראש, די חשובע זיידע'ס האדמור"ים שליט"א.