הויפט בלאט באריכט כמידי שנה בשנה: האד' מראחמיסטריווקא וויילט אין מירון אין די טעג ארום ל"ג בעומר

כמידי שנה בשנה: האד' מראחמיסטריווקא וויילט אין מירון אין די טעג ארום ל"ג בעומר

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


כמידי שנה בשנה האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א געוויילט אין אתרא קדישא מירון, אין די טעג ארום ל"ג בעומר אריינגערעכנט שב"ק פ' אמור. ליל שישי האט דער רבי אנגעצינדן די הדלקה במעמד אלפי ישראל אויפן גיגאנטישן מתחם ההילולא. אויפצומארגנס בעצם ל"ג בעומר נאכמיטאג פארן כניסת השבת איז דער רבי אנגעקומען אויפן דאך פונעם ציון הק' וואו דער רבי האט צוגעגאסן שמן צום מדורה וואס כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט אנגעצינדן א נאכט פריער בכניסת היום, און דערביי אריינגעווארפן א יארמולקע אין די מדורה.

שבת האט די רבי אפגעראכטן אלע תפילות און טישן אויף א פריוואטער פארנעם אינאיינעם מיט די מקורבים, בבית האכסניא סמוך ונראה צום ציון הק'. מוצאי שבת איז דער רבי אנגעקומען קיין צפת וואו דער רבי האט אפגעראכטן די סעודת מלוה מלכה אינאיינעם מיטן סעודת הילולא פון זקינו דער הייליגער טשערנאבילער מגיד זי"ע אין שטוב פון איינע פון די נגידי המוסדות.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00