זונטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
א רייכע נגיד'ישע באנקעט איז אפגעהאלטן געווארן די וואך לטובת די "טעג" ארגאניזאציע וואו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז ארויס מגדרו און פערזענליך מכתת רגליו געווען בטירחא דגברא רבא צו מפאר זיין בראש האסיפה אפגעהאלטן אין די ביזנעס-ביורא פון די פילאנטראפישע גארפינקעל משפחה אין מאנהעטן.
די באנקעט איז צושטאנד געקומען מיט די פערזענליכע טעטיגע אראזשירונג פון די רבני טעג ובראשם הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבת בית מדרש גבוה, האדמו"ר מסקולען לעיקוואד, און האדמו"ר מנאווימינסק, אין ליכט פון דעם וואס די טעג ארגאניזאציע גייט יעצט דורך א שווערע פינאנציעלע לאגע, און עס פאדערט זיך סכומים אדירים צו קענען ווייטער עקזיסטירן און אויסברייטערן די פעולות למען טהרתן וקדושת של ישראל.
טראצדעם וואס דער באבוב'ער רב שליט"א איז זיך נישט נוהג ארויפצוגיין לבתי נגידים בעם מתרים צו זיין תרומות הקודש, אפילו פאר די אייגענע קהלה און מוסדות, האט אבער דא דער רב שליט"א געמאכט אן אויסנאם אויף די בקשה פון די רבנים חשובים, און דער רבי שליט"א האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו בכל חום לבבו צו העלפן די קריטישע פעולות הקודש פון "טעג" וואס טוט אויף אומבאגרייפליכע גדולות ונצורות אין געביט פון אויסגעהאלטענע טעכנאלאגיע.
ביי דער אסיפה האבן זיך באטייליגט א געקליבענע צאל פון 25 נגידים, צווישן וועם ס'איז צוזאמען אויפגעטריבן געווארן די פילאנטראפישע סומע פון 1.4 מיליאן דאלאר.
בראש האסיפה האט מפאר כבוד געווען דער באבוב'ער רב שליט"א, און נאך חשוב'ע רבנים וגדולי תורה, די רבני הוועד הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה, כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד, וואס זיין פאטער הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצוק"ל איז געווען פון די מסיידים פון טעג, און כ"ק אדמו"ר מנאוואמינסק שליט"א.
אין לויף פון די אסיפה האט זיך פארמירט א שיינע שמועס צווישן די אדמורי"ם שליט"א און דערנאך האט דער באבוב'ער רב שליט"א משמיע געווען דברות קודש און מעומק לבבו אפעלירט ביי די נגידים צו נעמען א חלק אין העלפן מרים זיין דעם כח הקדושה ביי כלל ישראל מיט'ן ביישטייערן פאר די טעג ארגאניזאציע.
אין אנדערע נייעס זענען די לעצטערע וואכן ארויף א חשוב'ע דעלעגאציע פון גדולי הרבנים פון שטאט בארא פארק, חברי וועד הרבנים פון "טעג", הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק, הגה"צ רבי חיים יעקב טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב, און הגה"צ רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ, לבתי הנגידים בעם זיי מזכה צו זיין צו נעמען א חלק פאר טעג וואס גייט אריבער א שווערע תקופה פינאנציעל.