הויפט בלאט באריכט האד' מצאנז אין אתרא קדישא מירון לכבוד די חאלאקע פון א איר אייניקל אין די טעג נאך ל"ג בעומר

האד' מצאנז אין אתרא קדישא מירון לכבוד די חאלאקע פון א איר אייניקל אין די טעג נאך ל"ג בעומר

געשריבן דורך admin

פרייטאג פ' בה"ב • כ"ה אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


דעם מאנטאג אין די מיטאג שעה'ן איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים אלס אן השלמה צום יום טוב ל"ג בעומר, און לכבוד די שמחת החאלאקע פון א איר אייניקל.

כחצות היום ווען די רבי שליט"א איז ערשינען בהיכלא דרשב"י איז דאס ארט שוין געווען מלא וגדוש מיט הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וואס זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע מעמד תפילת רבים, די רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת ספר רביעי שבתהילים נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון בהתעוררות רב.

דערנאך האט מען געדאוונט מנחה, וואס האט זיך פארצויגן איבער א האלבע שעה, פארן עמוד האט געדאוונט הרה"צ רבי מאיר משולם הלברשטאם בנו הצעיר פונעם רבי'ן.

נאך מנחה איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צום ציון המצוינת און דארט שופך שיח געווען א תפילה חרישית לישועת הכלל והפרט פאר לענגערע מינוטן, דערנאך איז די רבי ארויס צום חצר הציון, ווי מען האט געזינגען אמר רבי עקיבא און די רבי האט מעודד געווען די ניגון מיט גרויס התלהבות.

דאן איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע, ווי די רבי האט אפגעשוירן דאס קינד, אן אייניקל ביי בנו חביבו הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם רב חסידי צאנז אין אמעריקא, א זון פון זיין זון הרב זלמן לייב הלברשטאם איידעם ביי הגה"צ רבי איתמר ראזענבוים אב"ד קרעטשניף בני ברק. מען האט אנגעהויבן זינגען קול רינה און די רבי האט מכבד געווען די זיידעס אפצושערן.

דערנאך האט זיך די רבי געשטעלט אין צענטער פונעם חצר, ועמך מסביבים אותך כחומה, ווען די ציבור שטייט ארום און ארום זינגענדיג בר יוחאי מיט גרויס התלהבות, דאן איז די צוגעגאנגען צום ציון התנא רבי יצחק אינעם חצר, ווי די רבי איז אריין אינעם ציון וואס איז ספעציעל געפענט געווארן לכבודו און מתפלל געווען א תפילה חרישית.

דערנאך איז די רבי אריבער צום גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך מוסדות אור הרשב"י לכבוד ל"ג בעומר און דארט אפגעראכטן א שולחן לחיים, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און די רבי האט געזאגט תורה, דערנאך האט דער מלמד געלערנט מיט די א – ב מיטן חתן החאלאקע. די רבי האט געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן די בעלי השמחה און דעם גאנצן ציבור.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00