דאנערשטאג פ' בהר בחקותי • כ"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
א גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה דרי ניו יארק האבן דעם פארגאנגענעם דינסטאג נאכט מיטגעהאלטן די סעדות הילולא לרגל דעם ניינצנטן יארצייט פון הרה"ק ר' צבי הירש מקרעטשניף זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן לחיי עולם הבא ביום ט"ז אייר שנת תשס"ו לפ"ק.
די סעודה איז פארגעקומען אין די קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג בראשות נכדו הרה"צ ר' מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל דרך אמונה, בן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א וואס איז באקאנט מיט זיינע וועכנטליכע חיזוק שיעורים וואס ווערט איבערגעשריבן אינעם וועכענטליכן גליון דרך אמונה, וואס שיינט אריין ווארעמע חיזוק אין לעכטיגע חסידישע ווערטער אין טויזנטער אידישע קינדער בארה"ק ובחו"ל.
נאך מעריב האט מען געציילט ספירת העומר אויפן קרעטשניף'ן נוסח, וואס ווי באקאנט האט דער בעל ההילולא אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין ספירת העומר, און עס איז געווען מיט אן התלהבות דקדושה כדרכו.
דערנאך האט מען זיך געזעצט צו א רייכע סעודה, דער זאל איז געווען פול מן הקצה אל הקצה מיט אידן זקנים עם נערים, פון עלטערע אידן וואס געדענקן נאך דער בעל ההילולא אין כפר עטה ביז אינגע בחורים וואס קלאמערן זיך בדרכו הטהור. ווי אויך האט זיך אנגעזען די השתתפות פון הרבנים הגאונים הצדיקים, כ"ק גאב"ד אודווארי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנאנאש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא מלינסק שליט"א, כ"ק הגה"צ ר' ישכר דוב טויב שליט"א אבד"ק זכרון נפתלי ארי' נעשכיז, הגה"צ רבי איציקל רייך אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג, הגה"צ אבד"ק סעליש שליט"א, הגה"צ אבד"ק זאבליטאב שליט"א, הגה"צ ר' יוסף מייזליש אבד"ק נייפעסט ב"פ, הגה"צ אב"ד טשערקאס שליט"א, הגאון ר' יואל יצחק בערגער שליט"א אב"ד אהל תורה, הגאון ר' יואל יאקאבאוויטש שליט"א ראש ישיבת קראלי און נאך.
צום ערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגונים מבית מדרשו של רבי, ניגוני קודש פון אדמור"י קרעטשניף ונדבורנא, וואס מען פלעגט זינגן ביי די טישן בהילו נרו על ראשינו, ווען בשעת די ניגונים האט הרה"צ ר' מאיר איתמר שליט"א מעורר געווען דעם ציבור איבער די גרויסקייט פונעם כח הנגינה, אז מיט דעם כח הנגינה קען מען מבטל זיין און ממתיק זיין אלע דינים אין מעורר זיין רחמים וחסדים בעולם.
איינגעלייטעט דער סעודה האט הרה"ג ר' משה חיים שטיינבערג שליט"א פון בארא פארק, וואס האט געדינט אלס יושב ראש המעמד, ווי ער האט במשך די מעמד דערציילט אסאך שיינע ענינים ועובדות, וואס ער האט מיטגעהאלטן ביים צדיק זי"ע.
דערנאך האט הרה"ג ר' משולם זושא ראזנבוים שליט"א א זוהן פון הרה"צ ר' מאיר איתמר שליט"א געמאכט א סיום, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א קדיש דורך כ"ק אדמו"ר מלינסק שליט"א.
דאן האט דער יושב ראש אויפגערופן הרה"ג ר' שלמה ניסן דאמב שליט"א ראה"כ בני תורה צאנז, וואס האט דערציילט זכרונות פון די באזוכן פון רבי'ן זי"ע אין שטאט לאנדאן, אזוי אויך האט ער ארומגערעדט איבער דעם אז מען ממשיך זיין עבודת הצדיק, און ארויסגעברענגט פארשידענע ענינים וואס מען קען ארויסנעמען אויף צו טון למעשה בדרכו הקדושה.
דערנאך האט מען געהערט פון הרה"ח ר' חיים יאקאב שליט"א, וואס איז געווען מקושר בלב ונפש אינעם בעל ההילולא מראשית השנים ועד אחרית וואס ער האט פארציילט אינטרעסאנטע זכרונות און עובדות וואס ער געדענקט פון די אלע יארן וואס ער האט זוכה געווען זיך צו ווייקן ביי האי צדיק וקדוש.
דאן האט מען געהערט די דברי חיזוק והתעלות, באגלייט מיט סיפורים נוראים פון דער בעל ההילולא, דורך נכדו הרה"צ ר' מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל דרך אמונה, וואס האט געהאלטן דער עולם געשפאנט א לענגערע צייט, ארומרענדנדיג איבער די כח פון דעם צדיק ביומא דהילולא אז מען געט אים א א מתנה צו טיילען ביומא דהילולא דיליה בני חיי מזוני רויחי פאר אלע זיינע תלמידים וחסידים.
נאך ברכת המזון האט זיך דער ציבור געשלענגעלט א לענגערע צייט דורך צו גיין געבן לחיים פאר הרה"צ ר' מאיר איתמר שליט"א און אים איבערגעבן פערזענליך די קוויטלעך וואס ער וועט אי"ה ארויפטראגן אויפן ציון הק' בירושלים עיה"ק.
 
 
 
 
 
