מיטוואך פ' בהר בחקותי • כ"ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן אן אייגנארטיגע סעודת פסח שני ביי א רייך עלעגאנטע מסיבה אין שטוב פון שלוחא דרבנן הרב מאיר פרוש הי"ו אין ירושלים. די באנקעט מיטן נאמען "כולנו מסובין" האט געדינט אלס געלט אקציע לטובת די קופת הקהל "והחזקת בו" פאר נגידים וואס שליסן זיך אן מיטן מינימאלער סכום פון 500 דאללער א חודש פאר דעם חשובן מפעל וואס העלפט ארויס נויטבאדערפיגע משפחות אין די קהילה.
דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו א סעודה אינאיינעם מיט די משתתפי המסיבה וואס האבן געהאט די זכיה מסיב צו זיין על שולחן מלכים, די מלכות קאפעליע האט מהנה געוועהן מיט שיינע ניגוני יום טוב פסח, אן קיין מוזיקאלישע באגלייטונג צוליב די ימי הספירה.
דער רבי שליט"א האט פארטיילט פון די שיריים פון די מאכלים, און עס איז געהערט געווארן שיינעם דרשה מיט טרעפליכע רעיונות דורך המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב.
נאכן מסיבה האבן די משתתפים געהאט די זכי' אריבערצוגיין מול פני הקודש און חתמ'נען אויף די שטרות אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א.