זונטאג פ' בה"ב • כ' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי, אשרי עין ראתהו, בשמחה עצומה און אויסטערלישע צופרידנהייט ווערט אויפגענומען ביים ערליכן אידנטום איבער די וועלט די קאלאסאלע הצלחה ביים היי-יעריגן הילולא דרשב"י אין אתרא קדישא מירון, וואס איז אפגעצייכנט געווארן מיט א זעלטענעם סוקסעס און געניטע ארדענונג, און איבער אלעם, בקדושה וטהרה, מיט די פולסטע קאאפעראציע פון די הונדערטער טויזנטער עולים וואס האבן זוכה געווען לעלות בהר ה', מתפלל זיין און זיך מיטפרייען ביי די פלאם פייערדיגע מעמדי הדלקות און ריקודין קדישין לכבוד התנא אלקי.
דורכאויס ליל ויום הילולא האבן זיך דורכגעדרייט ביים ציון הק' אין מירון א געשאצטע 200 טויזנט אידן בליעה"ר, א היסטארישער מספר פון מתפללים וועלכע האבן זוכה געווען אנצוקומען לפני ולפנים און פועל'ן ישועות על ציון הקודש, אונטער די מוסטערהאפטיגע סיסטעם קאארדינירט אויסשליסליך דורך היימישע ערליכע עסקנים און סדרנים, וועלכע האבן זיכער געמאכט אז אלע עולי מירון האבן די פולע מעגליכקייט אנצוקומען צום ציון און שופך שיח זיין בדבר ישועה ורחמים.
מה נהדר היה המחזה די לאנגע שורה פון טויזנטער אידן וואס שלענגלען זיך אויפ'ן וועג אריין צום מערה, וספרי תהילים בידיהם זייענדיג מתפלל מיט א ישוב הדעת און רואיגקייט, ביז עס קומט אן זייער רייע אריבערצוגיין בקודש הקדשים, און פועל'ן ישועות בזכות אדונינו בר יוחאי.
צו דער זעלבער צייט האט אינדרויסן געהערשט די שמחת תורה'דיגע שטימונג, אין די רחבות הריקודין, סיי אינעם חצר הציון, און סיי אינעם חצר רבי אלעזר, און סיי ביים ריזן "מתחם ההילולא", וואו צענדליגער טויזנטער אידן האבן זיך געהויבן טפחיים ארצה און מעריך געווען די עקסטאזליכע טענץ בשמחת הרשב"י.
די מעמדי הדקלה איז געווארן גאר געניט ארגאניזירט און באגלייט דורך הונדערטער היימישע סדרנים, וועלכע האבן זיכער געמאכט אז די פילע טויזנטער משתתפים ביי יעדע מעמד הדלקה קענען גוט מיטהאלטן, און עס ווערט פארמיטן סכנות און און מצבים פון פיקוח נפש. די הדלקות זענען פארגעקומען סיי אויפ'ן דאך פונעם ציון, און סיי אינעם דראסטיש-אויסגעברייטערטער "מתחם ההילולא", און סיי אינעם "מתחם בני עקיבא", און ווי אויך אינעם מושב מירון גופא.
א קורצע צייט איידער'ן כניסת היום, דאנערשטאג פארנאכטס, איז אפגעהאלטן געווארן א רירנדער מעמד זכרון דורך די משפחות פון די 45 הרוגים ביים שרעקליכן טראגעדיע אין מירון בשנת תשפ"א. מ'האט מעלה געווען זכרונם לטובה מיט פרקי תהילים און נינוגי התעוררות, ווען באזונדער האט מען זיי דערמאנט ביי די צענטראלע הדלקה אין מירון, אויפ'ן דאך פונעם ציון, דורך כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכער האט געצינדן ליכט און דערמאנט די 45 שמות הנעדרים, ווען מ'טוט דערביי זינגען דעם ניגון 'אתה ה' לא תכלה רחמיך'.
ביים מתחם ההילולא האט זיך די הילולא אנגעהויבן מיט די מעמד הדלקה רבתי דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ווען אין דער זעלבער צייט איז אויך פארגעקומען די הדלקה דורך קהל עדת ירושלים – ישיבת המתמידים.
דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן די הדלקה גדולה דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, נאכגעפאלגט מיט די הדלקות במשך די נאכט דורך כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, ישיבת אורייתא, המשפיע הגאון רבי שלום ארוש שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א.
די גרעסטע הדלקה אין מירון איז אפגעהאלטן געווארן ביים מתחם הילולא דורך הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, וועלכער האט מלהיב געווען לבבות רבבות אלפי ישראל מיט פלאם פייערדיגע טענץ עד אור הבוקר.
ביים נץ החמה האבן די אנוועזנדע טויזנטער משתתפים זיך געשטעלט דאווענען שחרית כוותיקין, און דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן א פרישע רונדע פון מעמדי הדלקה, אנגעהויבן מיט די הדלקה דורך קהל חסידי ברסלב, און ווייטער במשך היום האבן מעריך געווען די הדלקות בראש קהל חסידיהם, כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, קהלת ברסלב צפת, כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, די הדלקה דורך קהלת צאנז אין גליל בראשות הגה"צ ר' אברהם הלבערשטאם שליט"א רב דחסידי צאנז אין טבריה והגלילות.
מיט פייערליכקייט איז אפגעראכטן געווארן די הדלקה דורך כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וועלכער האט אויך געפראוועט א גאר געהויבענעם שבת בבית מדרשו אין מירון, מיט'ן השתתפות פון א גרויסן ציבור מעריצים ואוהדים.
דורכאויס אלע שעות הילולא איז דער חצר הקודש קארלסבורג אין מירון געשטאנען גרייט לשרת די טויזנטער געסט מיט ברייטע סעודות און מיני טעימה ושתי' לרוב ובסבר פנים יפות.
אזוי אויך האבן געשפרודלט די אנדערע אהלי הכנסת אורחים מיט'ן סערווירן טויזנטער פארציאנען מאכלים ומשקאות און חלוקת ח"י רוטל משקה, מיט א גרויסע שפע לשובע ולא לרזון פאר די צענדליגער טויזנטער עולים.
פרייטאג נאכמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן די גרויסע הדלקה דורך כ"ק אדמו"ר מקארלין שליט"א, וועלכער האט געוויילט אויף שבת אין אתרא קדישא מירון בראש קהל חסידיו.
די שמחה פון ל"ג בעומר איז איבערגערינען אין די טעג דערנאך, מוצאי שבת, און דעם היינטיגן זונטאג בהר בחוקותי, ווען מירון איז ווידער פארפלייצט געווארן מיט פילע טויזנטער געסט, וועלכע האבן נישט עספיעט אנצוקומען אין ל"ג בעומר, און עס זעצט ווייטער פאר די שטארקע ארדענונג און אלע צרכי ציבור אויפ'ן שענסטן פארנעם.