דאנערשטאג פ' אמור • י"ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אן אייגנארטיגע מעמד 'ראשית הגז' איז פארגעקומען די וואך במעונו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ווי דער גאון האט איבערגעגעבן די מתנת כהונה פאר'ן כהן המיוחס הגה"צ המקובל רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א.
דאס קומט נאכדעם וואס דער גאון האט אויסגעדרוקט רצון קדשו מקיים צו זיין די מצוה פון 'ציצית' מיט מערערע חומרות והידורים און צווישן זיי, אז די וואל זאל אראפגעשניטן ווערן פון די בהמה לשם מצות ציצית, און אזוי אויך אז מ'זאל קודם מקיים זיין מיט די וואל, די מצוה פון ראשית הגז, וואס אזא וואל פארמאגט א גרעסערע חשיבות דאס צו נוצן פאר ציצית, ווי די מאמר חז"ל 'כיון דאיתעביד ביה מצוה חדא, ליעביד ביה מצוה אריתא'.
ביים מעמד האבן זיך באטייליגט די תלמידים פון גאון, הלא המה די חשובע כולל יונגעלייט פון 'כולל תשובות והנהגות' אין ירושלים און בית שמש. אנהויב מעמד האט דער פוסק אויפגעטראטן מיט דברות קודש און דערנאך האט דער כהן הפודה הגאון רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א אויפגעטראטן מיט רירענדע ווערטער ארויסברענגענדיג מיט התרגשות די געוואלדיגע זכיה וואס ער פארמאגט צו דינען אלס כהן הפודה ביי אזא זעלטענע מצוה, וועלכע ווערט געטון דורך פוסק הדור מגדולי צדיקי דורינו.
ביים מעמד האט מען געשניטן וואל פון 'פינף שעפסעלעך' און דער גאון האט עס דערנאך אויפגעהויבן און קונה געווען כהלכה און דער ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן אין פייערליכע ריקודין.