הויפט בלאט באריכט יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה אפגעצייכנט בחצה"ק סערט וויזניץ

יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה אפגעצייכנט בחצה"ק סערט וויזניץ

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' אמור • י"ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: שפ"ה, JDN


בחצר הקודש סערט וויזניץ איז פארלאפענעם וואך אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה, וואו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א האט מעריך געוועהן שולחנו הטהור ברוב עם הדרת מלך. לידיו פונעם רבי'ן זענען געזעצן די צוויי זוהן פונעם בעל ההילולא כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א און הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים שליט"א.

דער רבי שליט"א האט מכבד געוועהן האד' משאץ וויזניץ אויפצוטרעטן מיט דברי תורה, וואו דער רבי האט בתוך דבריו אפגעגעבן א שבח והודאה אויף די גרויסע ניסים שטייענדיג גענוי א יאהר זינט די שווערע דורכגאנג וואס איז ער אריבער אין געזונט און בחסדי שמים זיך גענצליך ערהוילט למעלה מדרך הטבע. און דער רבי האט פארגעזינגען אודה חזן וקהל.

דברי זכרון איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' מענדיל כץ שליט"א נכד בעל ההילולא וועלכע האט בסיום דבריו מזכיר געוועהן זיי פאטער הגה"צ רבי מאיר כץ שליט"א לרפואה שלימה אן איידעם פונעם בעל ההילולא וועלכער איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים.

אויפצומארגנס איז כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א ארויף צום ציון אויפן וויזניצער בית החיים אין בני ברק מיט א מנין פון די בני המשפחה און מקורבים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00