פרייטאג פ' אחרי קדושים • י"א אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט רגשי התעלות גרייטן זיך חסידי באיאן צו פראווענען דעם הילולא דרשב"י אין אתרא קדישא מירון במחיצת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלכע האלט אן חזקת אבותיו הקדושים מדור דור אנצוצינדן די צענטראלע הדלקה על גג הציון בשליחות הכלל כולו.
אויך דאס יאר ל"ג בעומר וועט דער באיאן'ער הדלקה זיין דער איינציגער הדלקה אויפן שטח פונעם ציון הק' אין מירון, כנהוג וועט די רבי שליט"א מעלה זיין השלהבת בליל ל"ג בעומר ווי נאר די נאכט וועט צופאלן, און לויט די זיכערהייט מוסנאמען פון די פאליציי, וועט די ציבור המשתתפים זיין באגרעניצט צו פינעף טויזנט אידן מיט א זכות קדימה פאר חסידי באיאן, און נאך עמך אידן וואס וועלן אריינגעלאזט ווערן מיט ספעציעלע קארטלעך. די משתתפים ביים הדלקה וועלן זיך צושפרייטן לענגאויס אלע ארומגע שטחים אויפן דאך פונעם ציון, צו קענען געבן די געלעגנהייט פאר נאך אידן מיטצוהאלטן, און עס זאל ח"ו נישט צוקומען צו קיין שטופעניש, ווי עס האט שוין ליידער פאסירט בעבר.
די הדלקה וועט זיך אנהייבן עם דמדומי חמה מיט תפילת מנחה מעריב, און אמירת תהילים, און דערנאך וועט די רבי שליט"א מעלה זיין השלהבת און ברוב עם הדרת מלך מדליק זיין די צענטראלע מדורה כחזקת אבותיו לכבוד התנא האלוקי.
מיט א באזונדערע התרגשות איז געמאלדן געווארן אז דאס יאהר וועט איבערגעפרישט ווערן די עריכת השולחן הטהור לכבוד היום נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאהר וואס דער רבי האט נישט געפראוועט דעם ל"ג בעומר טיש באתרא קדישא דמר, דער טיש היי יאהר וועט צום ערשטן מאל אפגעראכטן ווערן ממש סמוך ונראה אינעם מתחם בני עקיבא וואס געפונט זיך העכער דעם מתחם ההדלקה פון באיאן.
אין די פריערדיגע יאהרן איז ארויסגעדינגען געווארן דורך חצר הקודש באיאן די מתחם פון בני עקיבא וואס געפינט זיך אונטן ביים מושב מירון היבש ווייט פונעם ציון הק', און איז געקומען צום באנוץ פארן טיש, אויף לינת לילה, און אויף די מעמדי החאלאקע'ס ביום ל"ג בעומר, דאס יאהר איז בסייעתא דשמייא ערמעגליכט געווארן ארויסצודינגען די צענטראלער מתחם פון בני עקיבא וואס געפונט ממש סמוך ונראה צום ציון, דארט ווי חצר הקודש קארלין סטאלין פלעג אפרעכטן די הדלקה ל"ג בעומר. דאס יאהר ווען דער גרויסער קארלינער הדלקה קומט פאר פרייטאג ביום ל"ג בעומר, וועט דער מתחם פון בני עקיבא זיין אין באניץ פארן שולחן הטהור דורך כ"ק האדמו"ר מבאיאן שליט"א נאכן מעמד ההדלקה.
מחמת כבוד שבת וועט מען פרייטאג דאווענען שחרית אין גאר א פריה שעה, און תיכף דערנאך וועט פארקומען די מעמדי החאלאקעס פאר די צענדליגער ילדי חאלאקע פון חסידי באיאן, נאכגעפאלגט מיט ריקודין קדישין לכבוד היום בהשתתפות הונדערטער חסידים ביים מתחם בני עקיבא.
די רבי שליט"א וועט שוין אנקומען קיין אתרא קדישא מירון כמדי שנה בשנה, ארום דריי טעג בעפאר ל"ג בעומר און וועט זיך אויפהאלטן אינעם אכסניא אין מירון, דערוויך איז נאך נישט קלאר אויב די רבי וועט פארבלייבן אויף שבת אין מירון.