הויפט בלאט באריכט בלהב אש: תושבי לאנדאן רישן זיך צו ערשטמאליגע גרויסארטיגע הדלקה דורך הרה"צ המשפיע רבי שמעלקא בידערמאן מלעלוב

בלהב אש: תושבי לאנדאן רישן זיך צו ערשטמאליגע גרויסארטיגע הדלקה דורך הרה"צ המשפיע רבי שמעלקא בידערמאן מלעלוב

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

אין שטאט לאנדאן קומען שוין פאר די העפטיגע הכנות צו די מעמדי הדלקה בקרב העיר, ובפרט רישן זיך תושבי העיר אויף היי-יאר מיטצולעבן א זעלטן פייערליכע הדלקה, וואס וועט ערשטמאליג אפגעראכטן ווערן בראשות הרה"צ המשפיע רבי שמעלקא בידערמאן שליט"א מלעלוב-לאנדאן, וואס וועט מעריך זיין די הדלקה רבתי ברוב עם הדרת מלך לכבוד התנא אלקי.

הרה"צ רבי שמעלקא שליט"א איז דער בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אלתר מלעלוב זצוק"ל, און א ברודער פון די וועלט-בארימטע אחים המשפיעים מלהיבי לבבות ישראל, לבית לעלוב, און שוין מערערע יארן וואס ער איז משפיע מבאר תורתו והדרכתו פאר פילצאליגע אברכים ובחורי חמד אין שטאט לאנדאן תורה וחסידות אויף א געהויבענעם פארנעם. אצינד איז ער נעתר געווארן לבקשתם פונעם ציבור חסידים ואנשי מעשה וועלכע קוקן שוין לאנג ארויס שיפוצו מעיינותיו חוצה, און ער וועט אפרעכטן א הדלקה רבתי במעמד עם רב חסידים ואנשי מעשה, זקנים עם נערים, לשוש ולשמוח בשמחת התנא אלקי.

די הדלקה וועט פארגעקומען ביום ל"ג בעומר, פרייטאג מיטאג, אויפ'ן ריזן שטח ביים חצר פונעם אולם "יסודי התורה", וואס וועט זיין אויסגערישט מיט פארענטשעס און א גיגאנטישער חלל אינדערמיט צו אקאמאדירן דעם פלייץ משתתפים מאסן תושבי העיר וועלכע גרייטן זיך מיט רגשי להבה מיטצולעבן די געהויבענע שעה'ן בשמחת הרשב"י בצלו פונעם משפיע הרה"צ רבי שמעלקא שליט"א.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00