הויפט בלאט באריכט וְשַׁבְתִּי אֶל בֵּית אָבִי • גאר געהויבענע נסיעה קיין צאנז דורך האד' מבאבוב-45 לרגל הילולא קדישא פון הגה"ק בעל דברי חיים זי"ע

וְשַׁבְתִּי אֶל בֵּית אָבִי • גאר געהויבענע נסיעה קיין צאנז דורך האד' מבאבוב-45 לרגל הילולא קדישא פון הגה"ק בעל דברי חיים זי"ע

געשריבן דורך admin

מאנטאג פרשת טהרה • ל' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

א דערהויבענע יומא אריכתא איז פאריבער אין אתרא קדישא צאנז אין גאליציע – פוילן, ביי די מסע התעוררות פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, לפקוד בדבר ישועה ורחמים בעיצומו של יומא דהילולא רבה קדישא פונעם ראש שושלתא קדישתא הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, יום קדוש הוא מבואו ועד צאתו.

דינסטאג פארמיטאג האט דער רבי שליט"א מיטן פאמאליע געלאנדעט אינעם ווארשא לופטפעלד. די רבי שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית דארט אין ווארשא, און איז דערנאך ארויסגעפארן אין וועג קיין צאנז. פארנאכטס איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום בנין הכנסת ארחים 'בוני צאנז' ווי עס האט מקבל פנים געווען הגה"צ רבי יואל האלברשטאם רב שכונת דברי חיים קרית יואל ,און פילע צענדליגע חסידים פון איבער די גארער וועלט זענען דורך שלום נעמען.

די רבי שליט"א איז געגאנגען אין מקווה אuן דערנאך געדאווענט מנחה אינעם הכנסת ארחים בוני צאנז. שפעטער באנאכט נאך א קורצן אפרוה בבית האכסניא, איז די רבי שליט"א צוריק געפארן צום בנין הכנסת אורחים בוני צאנז ווי דער רבי האט באשיינט די צענטראלער סעודת ההילולא. די רבי שליט"א האט געטרינקען לחיים, און געוואןנטשן די רבנים חשובים אויפן אויבנאן נכדי בעל ההילולא, און משמיע געוען דברות קודש איבער די גרויסקייט פונעם טאג, און מדברי תורתו פונעם בעל ההילולא.

אינצווישן איז די שטילע שטאט צאנז געווארן פארפלייצט מיט די קרוב צו טויזנט חסידים וואס האבן דערגרייכט דעם הייליגן שטעטל, מיטצולעבן א מעת לעת פון פולשטענדיגע תענוג רוחני במחיצת הקודש, אינעם הייליגע שטאט פון ווי עס איז פארשפרייט געווארן תורה וחסידות, קדושה וטהרה, דורכן רבן של ישראל די הייליגע צאנזער רב זי"ע.

מיטוואך אינדערפרי ביומא דהילולא קדישא כ"ה ניסן נאכן זיך מטהר זיין אין די מהודר'דיגע מקוה אינעם בנין הכנסת אורחים בוני צאנז איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום אלטן "צאנזער שוהל" וואו הרה"ק מצאנז זי"ע האט געפראוועט זיין עבודת הקודש אין די ימי הרחמים והרצון, און מען האט דארט געדאוונט שחרית מיט גרויס התעוררות והתרוממות במקום שהתפללו שמה אבותינו ורבותינו, פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר עטליכע בר מצווה בחורים פון ארץ ישראל און אייראפע, און נאכן דאווענען האט דער פריש אנקומענדער ציבור געהאט די געלעגנהייט שלום צו נעמען פון רבי'ן שליט"א.

דערנאך איז די רבי אריבער צום בנין הכנסת אורחים 'לינת הצדק', מיסודם פון האדמורי"ם שליט"א בני כ"ק האדמו"ר מצאנז זצ"ל פון בארא פארק, וואו די רבי פאר לענגערע שעה'ן נאכאנאנד אויפגענימען די ציבור חסידים און נאך פילע אידן וואס האבן זיך געשלענגעלט אין די רייע דורכצוגיין איבערגעבן די קוויטלעך בהאי יומא רבה דקגרים באתרא דמר, סמוך ונראה צום ציון המצוינת, וואו יעדער האט אראפגעלייגט זיינע בקשות הזכרות, מיט'ן האפענונג אז דא אין צאנז בקודש פנימה וועט מען אלעס איבערלאזן און אהיימפארן א געהאלפענער בדבר ישועה ורחמים.

אומגעפער דריי אזייגער איז די רבי שליט"א ערשינען בשערי בית החיים ווען אויף צורת קדשו איז אויסגעגאסן אן אימה'דיגע ימים נוראים-פחד, וטהור לב פסע מלא רגש והתעוררות איידערן מתפלל זיין במקום קודש הקדשים מקום מנוחת קדשו פון זקינו הגדול בעל ההילולא, די רבי שליט"א איז ארויף אויפן הויעכן פלאטפארמע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינדרויסן פונעם אוהל הקדוש, די רבי האט געצינדן ליכט און אנגעהויבן די יהי רצון און מענה לשון, און מיט גרויס התרגשות פארגעזאגט די ח"י מזמורי תהילים כנהוג. בעפאר פרק ק"ב שבתהילים האט דער רבי שליט"א מיט דברי התעוררות, מעורר רחמים געווען און ערוועקט זכותו של אותו צדיק הדורות, מגין צו זיין אויף אלע וואס קלאמערן זיך אין זיינע הייליגע דרכים.

דאן האט די רבי פארגעזאגט די מזמור 'תפילה לעני כי יעטוף' פסוק בפסוק ונשמע קולו מיט א געוואלדיגן קול רגש ובכי, וואס האט געעפענט די טרערן-קוועלער פונעם ציבור זיך אויסצוגיסן דאס הארץ אויף אלע ישועות אויף וואס מען איז אנגעוויזן בכלל ובפרט.

נאך אמירת תהילים איז די רבי שליט"א אריין אינעם אוהל הק' און זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' זייענדיג שופך שיח א תפילה קצרה, בעת די ציבור חסידים זינגט ווארימע ניגוני התעוררות. נאך א לענגערע צייט מתפלל זיין אויפ'ן ציון הק' האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם אהל, ונכון לבם פונעם ציבור בטוח אז הן קל כביר לא ימאס, און די תפלות ישראל אויף דעם הייליגן מקום וועט זיכער עושה רושם זיין משפיע צו זיין ישועות ורפואות פאר'ן כלל און פאר'ן פרט.

אין די זעלבע צייט וואס דער רבי שליט"א מיטן ציבור האבן צוזאמען געזאגט תהילים ביים פתח האוהל, האבן פילע חסידים ותלמידי הישיבות וואס זענען פארבליבן אין ניו יארק מיטגעזאגט די פרקי תהילים אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק זייענדיג זיך מצטרף מיט די תפילות פונעם רבי'ן שליט"א.

אינדערצווישן האבן די עסקנים שוין צוגעגרייט די גרויסארטיגע פרעכטיגע סעודת ההילולא וואס איז געפראוועט געווארן ביים שולחן הטהור פון רבי'ן שליט"א, אינעם גרויסן שאטער סמוך ונראה צום ציון המצוינת, ווי די גאנצע ציבור האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא רבתי. קורצליך דערויף האט מען געהאט די זכיה אז די רבי שליט"א איז ערשינען בהדרת קדשו און האט זיך געוואשן צום סעודה, טועם געווען פון די מאכלים און געוואונטשן לחיים.

מען האט געזינגען פילע ניגוני קודש לבית צאנז און באבוב, און במשך די טיש האט די רבי שליט"א עטליכע מאל משמיע געווען מדברותיו הטהורות און דערציילט עובדות נפלאים און סיפורי קודש פונעם הייליגן בעל הילולא די צאנזער זיידע, און באזונדער מחזק געווען די יערליכע מגבית לטובת קרן אור חיים. פארן בענטשן האט די רבי שליט"א געזעגענט די גאנצע ציבור נאך די געהויבענע נסיעה לחיים ולשלום, די רבי שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און דערנאך געדאוונט מנחה מעריב אינעם שוהל אין צאנז, נאך מעריב האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן צוריק צום אכסניא, און די גאנצע ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג אהיים למקומות מושבותיהם.

די רבי שליט"א איז פארבליבן אויף נאך עטליכע שעה אין צאנז, און כחצות הלילה איז די רבי שליט"א ארויף פריוואט צום ציון הקדוש און דארט געליינט די קוויטלעך פונעם ציבור בפרטיות פאר איבער אנדערטהאלבן שעה. נאך צוויי אזייגער אויפדערנאכט האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ריישא, פון וואו מען האט זיך ארויסגעלאזט מיטן 'ללכת' טשארטער פליגער אויפן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק.

מיט דעם איז געקומען צו אן ענדע דער "יומא אריכתא" פון התעוררות והתרגשות, די אלע מאמענטן פון דערהויבנקייט וועלן זיכער עולה זיין לרחמים ולרצון, בזכותו של אותו צדיק.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00