מיטוואך פ' ויקרא • ד' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם מאנטאג נאכט מיטגעפריידט ביים גרויסן שמחת החתונה פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א בן לבנו הרה"צ המשפיע רבי ברוך פינחס גאלדשטיין שליט"א אב"ד סקאליע בארא פארק און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב וויליאמסבורג שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג ר' משה אהרן פילאף שליט"א אב"ד פרעמישלאן פלעטבוש און אייניקל פון הגה"צ אב"ד טשענגער לאנדאן שליט"א. די שמחה איז אפגעראכטן געווארן בקול רנה וצהלה אין די זאלן פון עטרת חי' אין בארא פארק.
ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די ערשטע זעקס ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס האדמו"ר מזידיטשוב וומסב"ג און אב"ד טשענגער לאנדאן, ברכה אחריתא דער זיידע הגה"צ ר' חיים בעריש פילאף שליט"א. נאכן חופה האט דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א געואוונטשן ברכת קדשו לכל העם הנאספים און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים.
ארום ניין דרייסיג איז דער געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א אריינגעקומען אין זאל וועלכע איז געווען פול געפאקט מקצה אל קצה, דער ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן אין פייערליכע ריקודין 'קול רינה וישועה באהלי צדיקים', בשעת ווען דער רבי שליט"א איז מעודד די ניגונים אויף א גאר געהויבענע פארנעם וינועו אמות הסיפים.
דורכאויס די סעודת החתונה האבן זיך באטייליגט מערערע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי: כ"ק האדמורי"ם מבאבוב-45, ראחמיסטריווקא, אמשינאוו, פאלטישאן, בורשטין, פאפא ב"פ, ליסקא, גאלאנטא, אב"ד נטעי גבריאל, אב"ד טארטיקוב, אב"ד מנחת חינוך טארטיקוב, אב"ד טארניפאל, הגאון ר' יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא ב"פ, אב"ד שומר שבת, אב"ד אייזנשטאט, הגה"צ ר' יהושע שלום ווייס דומ"ץ ספינקא בן האדמו"ר מספינקא, אב"ד דינוב ב"פ, אב"ד אוסטראה, אב"ד קרעטשניף סיגוט וומסב"ג, אב"ד פשעווארסק וומסב"ג און נאך.
נאכן בענטשן איז כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א צוגעטראטן צו די ריקודין של מצוה לפני הכלה און האט זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א באזונדערע ריקוד מיט די קינדער און אייניקלעך משפחת המלוכה. דערנאך האט פארגעזעצט די מצוה טאנץ פון די אנדערע זיידעס און מחותנים און עס איז שוין געווען קרוב צו פינף אזייגער פארטאג'ס ווען די חתונה האט זיך געענדיגט אין א מזל'דיגע שעה.
אצינד ווערן שוין געמאכט די לעצטע הכנות צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די סקאליע קהלה, וואס קומט פאהר דעם דאנערשטאג נאכט אין די נייע סקאליע ת"ת זאל אויף מאקדאנעלד עוועניו אין בארא פארק, בקול רנה ותודה לכבוד די שמחה בבית צדיקים.