מאנטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
חסידי וידידי בית ביטשקוב האבן מיטגעלעבט געהויבענע מאמענטן פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט, ביים גראנדיעזן מעמד 'קשר של אהבה', לכונן את בית ה', אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדן צו קענען אויפבויען דעם ביטשקובער הויף אין שטאט בני ברק, אינעם אלטן נדבורנא ביהמ"ד, משכן קודש פונעם רבינס זיידע הרה"ק רבי חיים מרדכי מנדבורנא זי"ע וואס די קהילה האט נישט לאנג צוריק אפגעקויפט צו דינען אלס ביהמ"ד הגדול.
די מעמד איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר עלעגאנטע פארנעם אין די 'בלאגוי' זאל אין בת ים, קאמבאנירט מיט די מעמד 'הכנסת ספר תורה' וועלכע איז געשריבן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א, לע"נ זיין טאכטער הבתולה סימא ברכה ע"ה וועלכע איז פריצייטיג נפטר געווארן מיט א יאר צוריק, נאכן נישט זיין געזונט דורכאויס איר קורצע לעבנס -יארן.
שוין וואכן פריער האבן זיך חסידי ביטשקוב געגרייט בהכנה דרבה צום גרויסן מעמד, און צענדליגע געסט זענען געקומען צו פארן פון אמעריקא און אנדערע מקומות מיטצולעבן פון דערנאנט דעם מעמד אדיר.
די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטן 'סיום כתיבת האותיות' דורכ'ן רבי'ן שליט"א, וועלכע האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אין די ספר תורה און האט געמאכט הגבהה.
א סקרוך איז אריבערגעלאפן די ביינער, ווען דער רבי האט איבערגענומען די ס"ת שטייענדיג אונטער א חופה תחת כיפת השמים, און דער ציבור האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות וואס מ'פירט זיך צו זינגען ביי א חופה, בשעת ווען עס איז אויסגעגאסן אן ערנסטקייט אויפן רבינ'ס געזיכט, וזלגו עיניו דמעות, אז מ'איז זוכה צו דעם הייליגן מאמענט, אריינצוגעבן א ספר תורה לעילו נשמתה הטהורה פון זיין טאכטער וועלכע האט ליידער נישט זוכה געווען צו שטיין אונטער די חופה שטאנגען.
נאך א שטיק צייט, האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין מיט די ספר תורה, שטייענדיג אונטער די חופה, בשעת ווען דער גאנצע ציבור הייבט זיך אין די לופטן טפחיים על גבי קרקע, אז מ'איז זוכה מיטצולעבן די דערהויבענע מאמענטן.
נאך לענגערע מינוטן פון שמחת התורה, איז דער ציבור אריבער אין די דערנעבענדיגע זאל, ווי עס איז אפגעראכטן געווארן די סעודת מצוה לכבודה של תורה, קאמבאנירט מיט די מעמד 'קשר של אהבה' לטובת די בנין הביהמ"ד הגדול. ביים מעמד האבן מהנה געווען די 'מלכות' קאפעליע אנגעפירט ר' פינחס ביכלער הי"ו.
דער רבי האט אויפגעטראטן מיט רירנדע דברות קודש ארומרעדענדיג איבער די גרויסע נשמה פון זיין טאכטער וואס האט זיך יארן לאנג געמוטשעט מיט יסורים ל"ע, באגלייט מיט דברי אמונה ובטחון.
דערנאך האט הרב ישעי' גרינשפאן הי"ו רב דקהל נכספה, איינגעשפאנט דעם ציבור מיט ווארימע דיבורים, צום גראנדיעזן קאמפיין, אויפצוטרייבן גרויסע געלטער למען השלמת הבנין הגדול. עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי דער ציבור האט זיך אנגערופן ווארעם מיט גאר גרויסע סכומים, ווען צום שלוס איז מען אנגעקומען צו א ציהל פון עטליכע מיליאן שקלים לטובת די נייע ביהמ"ד. דער רבי האט זיך דאן ארויסעגלאזט אין א פייערדיגע ריקוד, און איבערגעגעבן ברכת קדשו פאר אלע חשובע תורמים ומסייעים בברכות לרוב.