הויפט בלאט באריכט יומא אריכתא: האד' מבאבוב – 45 ביים שיבסר טיש‎ מיט תלמידי המתיבתא שיעור ה' ולמעלה

יומא אריכתא: האד' מבאבוב – 45 ביים שיבסר טיש‎ מיט תלמידי המתיבתא שיעור ה' ולמעלה

געשריבן דורך admin

פרייטאג פ' פקודי • כ"ח אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

Blog Image

בילדער קרעדיט: אייזיק י.


אין די טעג פון נאך פורים ט"ז און י"ז אדר וואס ווערט געברענגט אין די גמרא אלס שיתסר ושיבסר האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אפגעראכטן ספעציעלע מעמדים פאר די אברכי הכוללים און די עלטערע בחורים אין די קהילה אלס א המשך פון די ימי הפורים שעברו עלינו לטובה.

זונטאג נאכט – שיבסר האט די רבי אפגעראכטן די טיש אין שטוב פון הרה"ג ר' חיים פרייער שליט"א לאנגיעריגע ר"מ במתיבתא דבאבוב 45, פאר איבער זעכציג בחורים תלמידי המתיבתא פון שיעור ה' למעלה.

די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, און פארגעזינגען 'אשר הניא' כנהוג אין באבוב, דערנאך האט דער רבי האט פארטיילט משקה פאר אלע בחורים און משמיע געווען דברות קודש און דברי הדרכה ארויסברעגנדיג די גרויסקייט פון די בחורישע יאהרן, און ארומגערעט בעניני אמונה בטחון און עבדו את השם בשמחה, די רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב און זיווגים הגונים פאר אלע בחורים און דאן מכבד געווען דער פורים רב הרב בנציון יוסף ריינהאלד אויפצורטעטן מיט דברי בדחנות.

נאכן בענטשן זענען אלע בחורים א דורך אל מול פני הקודש באקומען כוס של ברכה, און די רבי האט אנגעוונטשן יעדער בחור באזונדער במאור פניו בברכות לרוב.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00