הויפט בלאט באריכט לחיים ככלות י"א חודש להסתלקותו פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל ביי בנו האד' מראחמיסטריווקא לינדען

לחיים ככלות י"א חודש להסתלקותו פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל ביי בנו האד' מראחמיסטריווקא לינדען

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם דאנערשטאג צופרי ככלות י"א חודש נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל האט בנו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א געדאוונט שחרית אינעם מנין פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א מייסד העיר לינדען וואס האט זיך געשטעלט דאווענען פריער, איידערן זיך ארויסלאזן אין וועג קיין טשיקאגאו מנחם אבל צו זיין ביי די קינדער פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב טשיקאגאו זצ"ל.

דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א איז ספעציעל געקומען דאווענען אינעם מנין פונעם קאסאנער רבי'ן, נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א געמאכט א סיום און געזאגט קדיש, ווען נאכדעם איז אפגעראכטן געווארן א לחיים אין בית מדרש, ווי דער קאסאנער רבי שליט"א האט מעלה געווען זכרו הטהור פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זיע"א ארומרעדנדיג במשנתו של צדיק, דערנאך האבן זיך די רבי'ס געוואונטשן לחיים.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00