נעכטן דינסטאג איז בעשה טובה געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מדאראג שליט"א בן לבנו הרה"צ רבי אפרים פישל ראזנפעלד איידעם ביי כ"ק האדמו"ר מבערגסאז שליט"א פון בית שמש מיט די כלה אן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א טאכטער ביי חתנו כ"ק האדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, די שמחת הווארט איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט במעונו פונעם מחותן אבי הכלה כ"ק האדמו"ר מספינקא שליט"א אין מאנסי.