הויפט בלאט באריכט בקשו רחמים מרובים • האד' משאץ וויז'ניץ צוזאמגעפאלן אין אכסניא אין שטאט טאראנטא

בקשו רחמים מרובים • האד' משאץ וויז'ניץ צוזאמגעפאלן אין אכסניא אין שטאט טאראנטא

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' וישלח • י"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

העתירו על ה'

כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר משאץ וויז'ניץ שליט"א, וועלכע איז די נאכט צוזאמגעפאלן אין זיין אכסניא אין שטאט טאראנטא, וואו די רבי שליט"א האלט זיך די טעג אויף לטובות מוסדותיו הקדושים אין חיפה.

די רבי שליט"א האט זיך נעכטן נאכט נישט גוט געשפירט, אין איז א קארצע צייט דערויף צוזאמגעפאלן אינעם אכסניא, מען האט אלאמירט די הצלה, וועלכע האבן באלד אריינגעפירט דעם רבי'ן אין שפיטאל, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די רבי האט ווארשיינדלעך געליטן א לייכטע סטראק, אין וועט מוזן פארבלייבן אויף נאך עטליכע טעג אין שפיטאל, כאטש וואס די רבי שליט"א האט געזאלט היינט צוריקפארן קיין ארץ ישראל.

דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל אין מעורר זיין רחמי שמים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, מרן מנחם דוד בן אלטע פעריל לרפואה שלימה בתושח"י.

והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00