הויפט בלאט באריכט פרעזידענט פונעם לענאקס הילל שפיטאל באזוכט ביי האד' מתולדות צבי ד'ספינקא

פרעזידענט פונעם לענאקס הילל שפיטאל באזוכט ביי האד' מתולדות צבי ד'ספינקא

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' האזינו א' • כ"ו אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

היינט פארמיטאג איז די פרעזידענט פונעם לעניקס הילל שפיטאל דר. בעקעראון ארויפגעקומען צו כ"ק האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א לרפו"ש אינאיינעם מיטן שפיטאל ליעזאן העסקן ר' שמעון וואקס מקבל צו זיין ברכת קודש פונעם רבי'ן שליט"א. די רבי האט זיך באדאנקט פאר די הילף און דערביי געשאנקן א מתנה א זילבערנעם האניג האלטער און דבש חי אלס הכרת הטוב.

עס איז ערווארטעט אז די רבי שליט"א זאל זיך צוריק קערן למעון קדשו מארגן מיטוואך בעזר השם, דער ציבור איז ווייטער מתפלל פאר די גענצליכע רפואה פונעם רבי'ן מרן אלעזר יצחק אייזיק בן אסתר רחל לבריות גופא ונהורא מעליא.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00