הויפט בלאט נייעס אשת חבר • נפטר געווארן הרבנית הינדא לייטנער ע"ה אלמנת הגה"צ אב"ד מאנטיווידעא זצ"ל

אשת חבר • נפטר געווארן הרבנית הינדא לייטנער ע"ה אלמנת הגה"צ אב"ד מאנטיווידעא זצ"ל

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' נשא א' – ד' סיון תשפ"ג | קול בחצרות

ברוך דיין האמת: אין וויליאמסבורג איז דער נאכט נפטר געווארן הרבנית הצדקנית בת קדושים מרת הינדא לייטנער ע"ה ממאנטיווידעא אלמנת הגה"צ המפורסם אב"ד מאנטיווידעא זכר צדיק לברכה, טאכטער פון הגה"צ אב"ד ווייטצען בעל בנין צבי זכר צדיק לברכה וואס איז היינט נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון הונדערט יאהר, די לוי' גייט ארויס היינט 11 אזייגער פארמיטאג פון מאנטיווידעא ביהמ"ד אויף ראטלעדזש אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום בית החיים אין קרית יואל ווי די רעבעצען וועט קומען לקבורה אויפן חלקת מאנטיווידעא.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00