1
מוצ"ש פ' אמור – ט"ו אייר תשפ"ג | קול בחצרות
השתדלו והרבו תחינה ובקשה: דעם ערב שבת פארן כניסת הזמן איז הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות אין שוועריקייטן מיטן אטעמען, דער משגיח שליט"א איז די לעצטע וואכן שטארק אפגעשוואכט, דעם פרייטיג איז אנשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב און אויפן ראט פון דאקטורים איז מען אריינגעפארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.
אזוי ווי דער משגיח איז אריינגעפארן אין שפיטאל האט מען זיך צוזאמגעניעמן אויף א מנין תהילים אין ביהמ"ד אמונת ישראל ווי מען האט געזאגט פרקי תהילים ביזן זמן מנחה, לרפואתו השלימה פון מרן משה בן פריידא רבקה לרפו"ש.