הויפט בלאט נייעס הרב פנחס משה טווערסקי שליט"א ערשטע רב זיך צו באזעצן אין דזורסי סיטי‎

הרב פנחס משה טווערסקי שליט"א ערשטע רב זיך צו באזעצן אין דזורסי סיטי‎

געשריבן דורך admin

מיט גרויס פרייד האבן די איינוואוינער אין דזורסי סיטי אויפגענומען איבער די עפענונג פון די ערשטע חסידישע הויף אין שטאט און דאס באזעצונג פון די 'ערשטע רבי' אין דזורסי סיטי. דעם פרייטאג האט זיך אריבערגעצויגן קיין דזורסי סיטי הרב פנחס משה טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא-פלעטבוש זצ"ל און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א. און די קומענדיגע וואך וועט ער עפענען זיין אייגענעם ביהמ"ד 'סקווירא-פלעטבוש' און ווערט אויפגענומען אלס 'האדמו"ר מסקווירא-פלעטבוש' אין דזורסי סיטי. אין די זעלבע צייט ווערט פארענדיגט די סקווירא-פלעטבוש'ער ביהמ"ד אין מאנסי און אין די נאנטע צוקומנפט וועט זיך האדמו"ר מסקווירא-פלעטבוש שליט"א אריבערציען קיין מאנסי און ווערן אויפגענומען אלס האדמו"ר מסקווירא-פלעטבוש אין מאנסי. און דאס ביהמ"ד אין פלעטבוש וועט ווייטער געפירט ווערן דורך זיין ברודער הרב יוסף יואל שליט"א, וואס וועט ווערן אויפגענומען אלס 'האדמו"ר מסקווירא-פלעטבוש'. יאריכו ימים על ממלכתם.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00