הויפט בלאט נייעס טעגליכע נייעס באריכט • דאנרשטאג בהר בחוקותי תש"פ

טעגליכע נייעס באריכט • דאנרשטאג בהר בחוקותי תש"פ

געשריבן דורך admin
Blog Image
Blog Image

צוליב טעכנישע סיבות איז אין די לעצטע מינוט אפגערופן געווארן די געפלאנטע נסיעה קיין ארה"ק פון הרה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א אבד"ק סקולען-ב"פ און לויט די יעצטיגע פלענער איז עס אפגעשטופט ביז די קומענדיגע וואך.

כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט די וועכענטליכע שמועס בבית מדרשו אויף די אכצענטע עוועניו אין ב"פ.

מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען די גיטע בשורה אז הרבנית הצדיקת אשת הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון שפיטאהל, נאכ'ן זיין פארשלאפט די פארלאפענע חודש אין א קריטישע צושטאנד.

כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א וועט אי"ה היינט 4:00 אזייגער ארויפגיין צו ציון אמו הרבנית משאץ מאנטריאל ע"ה אין ביה"ח אין מאנטריאל לרגל די בעפארשטייענדע חתונה פון א אייניקל וואס לויט די יעצטיגע אומשטענדן זעט אויס אז די רבי וועט זיך צום ערשן מאל נישט קענען באטייליגן


Blog Image

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"צ ר' מנחם האראנטשיק שליט"א מלעלוב, מיט די כלה בת הרב אברהם חיים בעק שליט"א ראה"כ וויזניץ-בני ברק בן הרבני הנגיד ר' אפרים זלמן בעק שליט"א פון ציריך, שווייץ.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב אהרן רעכניצער שליט"א ראה"כ בעלזא- חיפה בן הרה"ג ר' יונה רעכניצער שליט"א ראש ישיבת טשערנאביל בני ברק וחתן הרה"ג ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטריאל, מיט די כלה בת הרב יחיאל מאיר פאנעט שליט"א ראה"כ ברכת אהרן דחסידי בעלזא בני ברק.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן א זון ביי הרה"ג ר' דוד לורינץ שליט"א ראש הכולל אין קרית וויזניץ קייאמישא, מיט די כלה בת הרה"ג ר' ירמי' צבי גאלדהירש שליט"א דומ"ץ וויזניץ קייאמישא.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב שמעון פלאהר שליט"א בן הגה"צ ר' חיים פלאהר שליט"א, מיט די כלה אור-אייניקל פון הגאון האדיר ר' אליקים שלעזינגער שליט"א בן הרב משה ליאור שליט"א חתן הרב יצחק שלעזינגער שליט"א


Blog Image

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זי"ע נכדו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט פראווענען א מסיבת לחיים נאך תפביתו נאוה קודש, נכדו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט אפרעכטן דעם סעודת הילולא בבית אחד מחסידיו אין שטאט צפת, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט אפגעראכטן א טיש נעכטן נאכט בביתו נאוה קודש אין בארא פארק.

היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' מאיר בראנסדארפער זצ"ל בעל קנה בושם וחבר בד"ץ עדה"ח – אין אלע שטיבלעך פון קהלת תולדות אברהם יצחק איבער די וועלט וועלן געפראוועט ווערן מסיבות לחיים לכבוד די יארצייט. די קינדער הרבנים הגאונים שליט"א וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אויפן הר הזתים.


Blog Image

דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת זקן ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי משולם דוד הלוי סאלאווייציק שליט"א וועלכע ליידט די לעצטערע טעג פון א גאר שטארקע שוואכקייט – מרן משולם דוד בן אלטע הענדל לרפו"ש.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00