הויפט בלאט נייעס טעגליכע נייעס באריכט • דאנערשטיג אמור תש"פ

טעגליכע נייעס באריכט • דאנערשטיג אמור תש"פ

געשריבן דורך admin
Blog Image
Blog Image

היינט ביינאכט לכבוד 'פסח שני' וועלן כ"ק האדמורי"ם לבית קרעטשניף שליט"א אפרעכטן די סעודות לכבוד היום און פראווענען דעם סדר כנהוג, אויף א פריוואטע פארנעם אין די שטובער. כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-ב"ש שליט"א קומט היינט אן צום שטאט חצור ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן אויף אפרוה. כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט די וועכענטליכע 'שיחת קודש' בשעה 10 אזייגער, בבית מדרשו אויף די אכצענטע עוועניו אין בארא פארק.

היינט ביינאכט לכבוד די יארצייט פון התנא האלוקי רבי מאיר בעל הנס, וועלן פילע יודן ארויפגיין צום ציון הק' אין טבריה ליפקד בדבר ישועה ורחמים.


Blog Image

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב פנחס ישראל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל-אשדוד שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאסאן-הילקרעסט שליט"א, מיט די כלה בת הגה"צ המשפיע ר' נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב.


Blog Image

לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל זיין לרפואת הגה"צ אבד"ק דברי אמונה מאנסי שליט"א וועלכע גייט היינט אדורך א קאמפלעצירטע מעדעצינישע באהאנדלונג: מרן אהרן בן יענטא לרפו"ש.


שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00