הערליכע באזוך פון האד' מתולדות אברהם יצחק בהיכלו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

דינסטאג פ' נצבים • כ"ג אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: רפאל שוורץ


פאריגע וואך איז כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין במעונו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין די הר נוף געגענט.

דער גאון האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, און עס האט זיך דערביי אנטוויקלט א לענגערער שמועס בדברי תורה און ענינים נשגבים פון די ימי הרחמים והרצון, און זכרונות הוד קדומים פון די צדיקים פונ לעצטן דור ביי וועם דער פוסק הדור און סיי דעם רבי'ן האבן נאך געהאט די זכיה להסתופף בצילם, א שטייגער וואו דער בעלזער רב, דער בית ישראל, דער בריסקער רב און נאך.

נאכ'ן טרונקן לחיים און זיך וואונטשן צום נייעם יאהר, האט דער פוסק הדור שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט גרויס כבוד.

Related posts

וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה • ערב און מוצאי יום הכיפורים בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ