פאריגע וואך איז כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין במעונו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין די הר נוף געגענט.
דער גאון האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, און עס האט זיך דערביי אנטוויקלט א לענגערער שמועס בדברי תורה און ענינים נשגבים פון די ימי הרחמים והרצון, און זכרונות הוד קדומים פון די צדיקים פונ לעצטן דור ביי וועם דער פוסק הדור און סיי דעם רבי'ן האבן נאך געהאט די זכיה להסתופף בצילם, א שטייגער וואו דער בעלזער רב, דער בית ישראל, דער בריסקער רב און נאך.