הויפט בלאט באריכט האד' מנדבורנא י-ם פראקלאמירט נסיעה רוממה בימי הסליחות קיין בישטינא ביים מעמד התייסדות החבורות דחסידי נדבורנה י-ם

האד' מנדבורנא י-ם פראקלאמירט נסיעה רוממה בימי הסליחות קיין בישטינא ביים מעמד התייסדות החבורות דחסידי נדבורנה י-ם

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' ראה • ד' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי נדבורנא ירושלים זענען דעם אנהייב וואך געכאפט געווארן אין איבערראשונג, ביים הערן די בשורה מרנינה דורך רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א, איבער א נסיעה רוממה וואס דער רבי שליט"א וועט אונטערנעמען צום עיר האבות בישטינא אין אוקראיינע און פויעל'ן ישועות און רפואות בראש קהל עדת צאן מרעיתו.

דעם זונטאג איז אפגעהאלטן געווארן א געהויבענע כינוס חסידי נדבורנא ירושלים, לרגל די התסיידות פון די חבורות "מבקשי רצונך" אין די קהילה.

צווישן די דרשות האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מיט דברי הדרכה ביסודות החסידות, ווי די רבי האט בתוך דבריו שטארק מעורר געווען זיך דערווייטערן כמטחווי קשת פון די פגעי הטעכנאלאגיע, און ארויסגעברענגט ווי א חסידישער נדבורנער יונגערמאן דארף זיך אויפפירן, ביים ענדע פון די דברות קודש האט דער רבי שליט"א מבשר געווען די חסידים איבער א נסיעה וואס ער פלאנט אונטערצונעמען קיין בישטינא אינאיינעם מיט כל קהלא קדישא הדין די קומעדיגע סליחות טעג, אין די מסוגל'דיגע ימי הרחמים והסליחות, וואו מען וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו דער סבא קדישא הרה"ק רבי מרדכי'לע מנאדווערנא זי"ע, שטייענדיג סמוך ונראה צום ירח האיתנים ווען עס געפאלט די יומא דהילולא קדישא יום טוב ראשון של חג הסוכות.

די רבי האט דערביי מעורר געווען די חסידים איבער די פליכט זיך אנצוגרייטן מיט אן הכנה דרבה כראוי וכיאות איידער די געהויבענע נסיעה וואס וועט זיין די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג, און זיך אויסגעדרוקט אז עס וועט זיין א גרויסע זכות פאר יעדער וואס וועט זיך משתתף זיין אין די נסיעה, זייענדיג בטוח אז מען וועט צוריקקומען מיט פילע זעק מיט ישועות ברוחניות ובגשמיות. 

די חסידים האבן אויפגענומען די בשורה מיט א שמחה עצומה, און האבן זיך תיכף גענומען מיט אן הכנה דרבה לקראת די מסע המרומם, ווען מען וועט האבן די זכיה צו זאגן סליחות אינעם מקום קדוש, און די עסקנים האבן זיך תיכף אריינגעלייגט אנצוגרייטן אלע דעטאלן פון די נסיעה על צד היותר טוב.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00