מיטוואך פ' שופטים • ג' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ארכיון בחצרות הקודש, מ.א. ניומן
כלל ישראל איז איינגעהילט אין א געוואלדיגע טרויער און צער נאכן ערהאלטן די ביטערע בשורה מיטן הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, וועלכע איז נסתלק געוארן בעלמא דקשוט נעכטן דינסטאג 4:20 נאכמיטאג אין ארץ ישראל, אין בלויזן עלטער פון 75 יאר, לדאבון לב כל בית ישראל.
כלל ישראל איז צעטרייסלט, ווען עס איז אזוי שנעל און פלוצים אוועקגעריסן געווארן דער אוהבן של ישראל, דער רבי וועלכע איז כל ימיו געווען דבוק אין ג' עמודי עולם בתורה ועבודה ויראה הטהורה, דער רבי וועלכע האט אזויפיל משפיע געווען קדושה, צדקות, אריינגעגעבן א טעם אין אידישקייט, א טעם אין א דאווענען, א טעם אין א שבת קודש, ווען זיין גאנצע אנזוועזנהייט האט געצייגט בלויז אויף דביקות והתרוממות הנפש לקרבן בני ישראל לעבודת ה' יתברך במלוא מובן המילה.
לא הוא התחלת הקדושה אלא מוחזקת מאבותיו הקדושים, דער רבי זצ"ל איז געווען דער צווייטער זון פון הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זצ"ל, און א איידעם ביי הרה"ק רבי יחזקאלע מערץ זצ"ל האדמו"ר מתועלת יעקב זצ"ל.
דער רבי איז געווען דבוק כל נימי ונפשו בהתבטלות והכנעה יתירה פון מר אביו הגדול הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל, און נאכגעגאנגען אויף טריט און שריט את כל תהלכותיו בקודש, וואס אט מיט דעם כח האט דער רבי איבערגענומען די כתר האדמורו"ת במשך די לעצטע ניינצן יאר, זינט די הסתלקות אום חודש אייר שנת תשס"ו לפ"ק, און מיט דעם משפיע געווען פאר אידישע קינדער אריינצוגעבן א לעבהאפטיגע רוח דקדושה לכל משכימי לפתחו.
דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן בליל התקדש חג שנת תש"י, אינעם הייליגן שטוב פון זיין גרויסן טאטן דער קרעטשניפער רבי וועלכע האט דאן געפירט זיין הויף אין כפר אתא אין ארץ ישראל. ווי מען פארציילט איז דער רבי זצ"ל געבוירן געווארן פסח אויפדערנאכט אנהייב פונעם עריכת הסדר, און דער גרויסער טאטע הרה"ק מקרעטשניף זי"ע האט נאך עספיעט צו געבן פון די ד' כוסות פארן ניי געבוירן קינד.
ביים ברית מילה האט מען אים געגעבן דעם נאמען "זיידא אליעזר זאב" נאך זיין גרויסן זיידן הרה"ק רבי לייזער וואלף מקרעטשניף זי"ע, און היות ער איז ליידער נעקד געווארן על קידה"ש ביים ביטערן צווייטן וועלטס מלחמה, האט מען אים צוגעגעבן די נאמען "זיידא" אלס סגולה לאריכות ימים.
דער רבי זצ"ל האט כל ימיו אויפגעוואקסן תחת השפעתו פון זיין גרויסן פאטער, וועלכע האט מקבל געווען זיין כח און השפעה פון זיין אבות הקדושים, צדיקי בית קרעטשניף און נדבורנא, זייענדיג א בן אחר בן למעלה בקודש ביז הרב הקדוש רבי מרדכי'לע מנדברנא זי"ע, און נאך פילע גרויסע צדיקים וקדושים שרפי מעלה.
דער רבי זצ"ל איז נאך פון יונגווייז אן געווען באקאנט מיט זיין דביקות צו א יעדע דבר שבקדושה, ווען די ארומגיע האבן שוין אנגעדייט נאך משחר טל ילדותו כי לאילנא רברבא יתעבד, אלע יארן האט מען געזעהן אויף אים א אפשפיגלונג פון די הייליגע עבודה פון אביו הגדול הרה"ק מקרעטשניף זי"ע, סיי ווער עס האט געכאפט א בליק אויף זיין התנהגות בקודש האט געקענט אנצייגן אז דאס איז ממש די זעלבע עבודה, דמות דיוקנו של אביו.
דער רבי זצ"ל איז געוועהן באקאנט מיט זיין אויסנאמליכער עבודת הקודש צו א יעדע מצוה, א יעדע עבודה, ווער רעדט נאך פון א דאווענען, כל שכן א שבת'דיגע דאווענען, א נשמת, א קידוש, אלס מיט אזא קאך און ברען מיט זיין הייליגע מקובל'דיגע קרעטשניפער נוסח המוקבל מאבותיו הקדושים באגלייט מיט בכיות נוראות, וואס אט דער פלאמעדיגער קאך און ברען האט אריינגעברענגט א הרגש דקדושה ביי א יעדעם צוגלייך, און ביי אלע חסידים ומעריצים, לקרבן לאבינו שבשמים.
דער רבי זצ"ל איז כל ימיו אנגעגאנגען מיט די הייליגע עבודה ווי א ריכטיגער חסידא ופרישא בגינוני קדושה וטהרה, כל ימיו געווען דבוק אין תורה הקדושה, באזונדער מכבד געווען בהתבטלות והכנעה א יעדע תלמיד חכם, א יעדער ערליכער איד. ובמקום גדלותו שם מוצא ענוותנותו, טראץ דעם וואס דער רבי איז געווען א איש מורם מעם מיט זיין הייליגע עבודה, דאך האט ער מיט זיין געוואלדיגע מדת העניוות ושפלות רוח זיך אראפגעלאזט צו א יעדע בחור'ל א יעדע אינגל, מחזק געווען א יעדעם איינעם, אזוי ווי דער רבי זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט פאר אחד מבני משפחתו, אז די אלע צרות ויסורים וואס ער האט אין זיין לעבן דאס איז נאר כדי צו קענען פארשטיין א צווייטן און קענען ארויסהעלפן אנדערע אידן לחלצם ממיצר נפשם.
ווער רעדט נאך פון די טרערן דורכגעווייקטע הזכרות וואס דער רבי האט ערהאלטן מארבע כנפות הארץ, זייענדיג דער מיצר צרתן של ישראל האט אים א יעדע אידישע צרה באנומען עד דכדוכה של נפש, ער האט אויף א יעדעם באזונדער פארגאסן טייכן טרערן, מתפלל געווען אויף א ישועה, וואס אט מיט דעם כח דקדושה האט מען געזעהן דורכן רבינ'ס ברכות און תפלות פילע ישועות ורפואות למעלה מדרך הטבע אין אלע הינזיכטן. באזונדער האט זיך אנגעזעהן אויפן רבי'ן זיין געוואלדיגע כח הקדושה פון 'תפיסת המחשבה' קענענדיג דורך דעם האבן א באזונדערע כח צו פארשטיין דעם ריכטיגן בקשה פונעם מזכיר, און דערמיט פועל'ן גרויסע ישועות.
דער רבי האט כל ימיו אנגעהאלטן זיין הייליגע עבודה ממש ווי א אינגערמאן, מיט א אומבאשרייבליכע כח וגבורת הנפש האט דער רבי געברענט און געפלאקערט למעלה מהשגת אנושי לעשות רצון קונם וחפץ צורם, ווער רעדט נאך פון די הייליגע טישן, ובפרט שבת קודש, וואס דאס איז געווען איינס פון די הויפט צילן ווי דער רבי זצ"ל האט ארייינגעברענגט קדושה וטהרה מתוך אמונה ויראת אלקים ביי אלע באטייליגטע יונג און אלט, סיי דורך די הייליגע ניגונים, די דברי תורה, וואס אט דער הייליגער אטמאספערע האט אויפגעהויבן א יעדעם איינעם נענטער צו ברענגען די הערצער להתרוממות הנפש צום אייבערשטן.
צדיקים תחילתן יסורים, איז דער רבי ליידער אריבער א דורכגעווייקטע לעבן פון יסורי הגוף והנפש, מיט 27 יאר צוריק האט דער רבי ליידער באגלייט למנוחת עולמים זיין רעבעצין ע"ה, א טאכטער פון הרה"ק רבי יחזקא'לע מערץ זצ"ל, איבערלאזענדיג א שטוב מיט א צאל קינדערלעך יתומים ל"ע שבור ורצוץ.
דער רבי האט זיך געשטארקט מיט א גבורות הנפש, און דערויף צוריק אויפגעבויעט זיין שטוב מיט הרבנית הצדיקת תליט"א, א טאכטער פון הגה"צ ר' אפרים פישל בראך זצ"ל אבד"ק מאדא.
אינעם ביטערן טאג ט"ז אייר שנת תשס"ו לפ"ק, ווען כלל ישראל האט געליטן דעם פארלוסט מיט די פטירה לחיי העולם הבא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל, האט דער רבי איבערגענימען דעם כתר ההנהגה אין וויליאמסבורג, ווי דער רבי האט אנגעפירט זיין שיינעם הויף פאר קרוב צו צעהן יאר אינעם פינת אור בבית מדרשו אויף הופער סטריט קארנער בעדפארד עוו. ווי אט אין דעם באשיידענעם ווינקעלע איז ארויסגעגאנגען תורה עבודה מתוך יראה הטהורה, וואס האט באשיינט און באלאכטן דער שטאט.
מיט ארום 10 יאר צוריק האט זיך דער רבי געצויגן קיין ארץ ישראל, און און איבערגעפלאנצט דעם הייליגן קרעטשניפער הויף אין די בית ישראל געגנט אין ירושלים עיר הקודש.
די לעכטיגע השפעה פונעם רבי'ן האט זיך פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט, סיי די חסידים ומערצים וועלכע פלעגן זיך קלאמערן תחת צילו הבהיר, און אזוי אויך פלעגט דער רבי אפהאלטן כסדר'דיגע נסיעות איבער די וועלט צו משפיע זיין א חיות דקדושה אויף אלע סארט אידן, אט דער עבודה וואס ער האט מקבל געווען פון אביו הגדול הרה"ק מקרעטשניף זי"ע וועלכע פלעגט אויך גאר אסאך ארומפארן אין פארשידענע מדינות איבער די וועלט להשפיע מזיו אורו והדרתו.
דורכאויס די יאהרן איז געגרינדעט געווארן עטליכע בתי מדרשים איבער די וועלט אונטער דעם רבינס נשיאות, אין וויליאמסבורג, ירושלים, בית שמש, לאנדאן און קרית יואל.
כיון ששבת וי אבדה, דער רבי זצ"ל וואס איז געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגע הרגש אין קדושת שבת קודש, און כל ימיו געווען דבוק אינעם שבת קודש מיט א הייליגע פייער'ל, איז דעם פארגאנגענעם ערב שבת אריינגעקומען אין ביהמ"ד און נאך אויסגעשריגן ביים עמוד דעם פלאמעדיגער קרעטשניפער נוסח פון 'הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו' איז קורץ דערנאך דער רבי ליידער צוזאמגעפאלן ל"ע ליידענדיג פון א ערנסטע סטראוק רח"ל. דער רבי איז אין איילעניש אפגעפירט געווארן אין שערי צדק שפיטאל, ווען במשך די נאכפאלגענדע טעג האט זיך דער מצב ליידער בלויז פארערגערט און טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט, יונג און אלט האבן איינגעריסן פאר די גיכע און גאנצע רפואה פונעם רבי'ן.
בהוראת הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט מען צוגעגעבן דעם נאמען "ברוך" אלס א סגולה פאר א רפואה, אבער ליידער זענען די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז דער רבי נסתלק געווארן לגנזי מרומים. במעמד בני משפחתו, בניו וחתניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א און פילע חסידים וועלכע זענען דערביי געשטאנען און געזאגט פסוקי היחוד.
דער מסע הלוי' איז ארויסגעגאנגען דינסטאג 9:30 אויפדערנאכט בבית מדרשו אין בית ישראל געגענט אין ירושלים עיה"ק, וואו הונדערטער אידן האבן זיך אריינגעשטיפט אינעם היכל בית המדרש, און נאך טויזענטער אידן אויף די ארומיגע גאסן, באוויינענדיג די ביטערע אבידה אשר אין לה תמורה, קשה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו.
די הספדים האבן זיך פארצויגן פאר ארום דריי שעה נאכאנאנד, ווי עס האבן מספיד געווען אלע זיינע קינדער און איידעמער הרבנים הגאונים שליט"א, און נאך פילע גדולי הרבנים וואס האבן באוויינט דעם גרויסן אבידה
זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא.