הויפט בלאט באריכט קראו עצרה • האד' מביאלא אריינגענימען אין שפיטאל; חסידי ביאלא נעמען זיך צוזאם אויף תפילת רבים ביים כותל המערבי

קראו עצרה • האד' מביאלא אריינגענימען אין שפיטאל; חסידי ביאלא נעמען זיך צוזאם אויף תפילת רבים ביים כותל המערבי

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' פקודי • ד' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

קדשו צום קראו עצרה וזעקו אל ה'

הונדערטער חסידי ביאלא וועלן זיך צוזאמגעקומען היינט ביינאכט ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי, אויף א געמיינזאמע עצרת תפלה והתעוררות לרפואתו השלימה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וועלכער איז היינט אינדערפרי אריינגענימען געווארן אין שפיטאל נאך א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות.

דער ביאלא רבי שליט"א, איז ליידער נישט בקו הבריאות די לעצטע תקופה אין געפינט זיך די לעצטע טעג אין א גאר שוואכע צושטאנד, נאכן ליידן פון א לונגען אנטצינדונג ה"י, אויפן ראט פון די דאקטוירים איז די רבי שליט"א אריינפירט געווארן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען.

מטעם דעם רבינ'ס שטוב איז פאררופן געווארן א גרויסער עצרת תפילה היינט נאכט אכט אזייגער ביים כותל המערבי, וואו מען וועט איינרייסן רחמי שמים, און אינאיינעם מיט א כח הרבים אויספועל'ן א רפואה שלימה פארן רבי'ן, מרן בצלאל שמחה מנחם בנציון בן חנה פעשא לרפואה שלימה.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00