דינסטאג פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א געשאצטע 10,000 אידן פון אלע קרייזן האבן זיך פארלאפענעם דאנערשטאג בעיצומם פון די ימי הרחמים והסליחות פארזאמלט ביים רחבת הכותל המערבי צו א מאסיוון מעמד אמירת סליחות בראשות האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א גאב"ד מאראקא.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א סיום אויף זוהר הקדוש, וואס ווערט געלערנט דורכאויס דעם יאר דורך טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט. דער סיום איז אפגעהאלטן געווארן ביום כ"ה אלול, יום בריאת העולם און די הילולא פון התנא האלוקי רבי אלעזר בן רבי שמעון, זייענדיג די פערטע יאר אין א רייע וואס דער סיום הזוהר ווערט געפייערט דורך אזויפיל טויזנטער אידן בליעה"ר.
די סיום הזוהר אין דעם יום המסוגל איז אן אור-אלטע מסורה וואס איז נאך באשטימט געווארן דורך די גדולי רבני ארץ ישראל פאר איבער הונדערט יאר צוריק, און איז אין לויף פון די יארן פארגעסן געווארן. מיט פיר יאר צוריק האט דער מקובל, אינאיינעם מיט בנו חביבו הרב יואל פינטו שליט"א צו זיין רעכטע האנט, מחדש געווען די הייליגע מנהג ישראל תורה.
די ערשטע יארן איז דער מעמד אפגעהאלטן געווארן אין א גרויסע זאל אין תל אביב, און דאס יאהר איז געווען די צווייטע יאר וואס מען האט זוכה געווען דאס צו פראווענען ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי. דער מעמד האט געשאפן א געוואלדיגן קידוש השם, און איז געווארן מיטגעהאלטן לעבעדיג אויף צענדליגער ערטער איבער די וועלט, און אפילו אויף די היסטארישע חומות העיר פון דער אלטשטאט ירושלים.
נאכן סיום האט מען אינאיינעם געזאגט סליחות, וואו דער רב שליט"א ובניו החשובים האבן געדינט אלס שליח ציבור. ספעציעל האט ארויסגעשיינט דאס השתתפות פון האדמו"ר רבי חיים פינטו שליט"א דער הויפט רב פון אשדוד, פאטער פונעם רב שליט"א וועלכע איז מכובד געווארן צו בלאזן שופר נאכן מעמד אמירת סליחות.