די נאכט איז בשעה טובה ומוצלחת, געשלאסן געווארן די שיינע רבישע שידוך פונעם חתן אן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מספינקא שליט"א א זוהן פון זיין זוהן הרה"צ רבי אהרן משה ווייס אבד"ק ספינקא לאנדאן, וחתן הגה"צ אבד"ק מאקאווא בני ברק זצ"ל, מיט די כלה א אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מטשאקאווא שליט"א, א טאכטער ביי בנו יחידו הרה"צ רבי חיים שמואל געשטעטנער אבד"ק טשאקאווא, איידעם ביי כ"ק האדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א, די שמחת הווארט איז פארגעקומען אין שטוב פונעם מחותן אבד"ק טשאקאווא וואו עס האבן זיך משתתף געוועהן בראש השמחה די זיידע'ס האדמורי"ים לבית ספינקא.