נעכטן מאנטאג האט כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק בעל עקידת יצחק מאלכסנדר זי"ע וואס איז ליידער אומגעברענגט געווארן על קידוש השם ביים ביטערן צווייטע וועלטס קריג, דער טיש איז געוועהן בשילוב מיטן שמחת קישור החיתון לרגל די שידוך שליסן פון אן אייניקל ביים רבי'ן, די כלה א טאכטער פון בנו הגדול הרה"צ רבי אליעזר יצחק דאנציגער שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א מיט די חתן א זוהן פון הרה"צ רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א וחתן הרה"ג רבי יעקב ווייס שליט"א ר"מ ישיבת ערלוי.