מאנטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן, JDN
פארלאפענעם וואך שבוע שחל בו ראש השנה איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא בן הבכור ביי בנו הרב מרדכי קאליש, די שמחה איז פארגעקומען במעון הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכע האט געדינט אלס מוהל און איז מכובד געווארן מיט די ברכות און קריאת השם, ויקרא שמו בישראל יוסף נאכן זיידן כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בארא פארק זצ"ל, די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, און די זיידע די אמשנאוו'ער רבי איז מכובד געווארן מיט עמידה לברכות, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ווי הרה"צ רבי יעקב מאיר האט פארגעזינגען ניגוני שמחה כדרכו און פארפירט א שיינעם שמועס מיט די חשובע זיידעס האדמורי"ם און געוועונטשן בברכת השנים.
די סעודת הברית איז פארגעקומען אין די חסדי יוסף זאל אויף די שמואל הנביא גאס, ווי די אמשינאוו'ער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און מען האט געהערט זכרונות מפי זקני החסידים בקרתא דשופריא פונעם זיידן די אמשינובער רבי זצ"ל וואס די רך הנימול איז נקרא על שמו. מיטן בענטשן און די הרחמן'ס איז מכובד געווארן די פעטער האדמו"ר מאמשינאוו בית שמש.