זונטאג פ' נצבים • כ"א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
מטעם בית כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א איז היינט באשטעטיגט איבער א קורצע נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועט אונטערנעמען די וואך דינסטאג קיין טאראנטא, לכבוד די יארצייט פונעם רבינס שווער דער חותן המלך הגה"צ רבי מאיר גרינוואלד זצ"ל אבד"ק טעטש.
דער טעטשער רב ז"ל וואס איז געוועהן פאררעכנט אלס איינע פון די רבנים חשובים אין אונגארן זייענדיג א רעכטע אייניקל פון הגה"ק בעל ערוגת הבושם זי"ע איז נאכן דורכמאכן דעם ביטערן צווייטן וועלטס קריג ארויפגעקומען קיין קאנאדע און זיך באזעצט אין שטאט טאראנטא, ושם מנוחתו כבוד.
דער רבי שליט"א וועלכע איז הערשט א חתן געווארן ביים טעטשער רב ז"ל נאך זיין פטירה אין די כ' יאהרן פלעג כמעט יעדעס יאהר ארויספארן קיין טאראנטא מתפלל צו זיין ביים ציון פונעם שווער אין די טעג ארום די יארצייט וואס געפאלט כ"ח אלול.
נאך עטליכע און צען יאהר וואס עס איז נישט אויסגעקומען פארן רבי'ן ארויסצופארן צום יארצייט צוליב די טילטול הדרך אין די פארנומענע טעג פון ערב ראש השנה, וועט דער רבי שליט"א דאס יאהר ארויספארן קיין טאראנטא צום בעפארשטייענדע יארצייט וואס געפאלט קומענדיגע זונטאג.
דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן אין וועג דינסטאג צופרי מיט א פריוואטער פליגער אין באגלייטונג פון א ענגע סוויטע מקורבים און די קינדער הרבנים שליט"א, וואו מען וועט מתפלל זיין ביים ציון אויפן ארטיגן בית החיים און באלד דערויף זיך אהיימקערן קיין ניו יארק.