מיטוואך פ' כי תבא • י"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
שמחת בית מאחנובקא בעלזא: מיט שטורמישע געפילן פון שמחה און התרגשות ווערט אויפגענימען ביי חסידי מאחנובקא בעלזא די פריידיגע בשורה איבער די קשרי השידוכים פון די עלטסטע אור אייניקל ביים רועה נאמן כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, למזל טוב ובשעה טובה ומוצלחת.
די כלה בת קדושים תחי' איז אן אייניקל ביים רבינס עלטסטע איידעם הגה"צ רבי יוסף מאיר מאסקאוויטש דומ"ץ מאחנובקא בעלזא זוהן פון כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, א טאכטער ביי בנו הגדול הרב ישראל מאסקאוויטש איידעם פון הגה"צ רבי יהושע מנחם שטערן אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק.
די חשובע חתן איז א נאנטע קרוב משפחה, אליינס א בעלזער אייניקל, נכד כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א וואס איז א שוואגער מיטן מאחנובקא בעלזא רבי'ן, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי שלום רוקח שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א.
די היסטארישע שמחה ברענגט אויף רגשי קודש ביי אלע חסידים, ווען מ'לעבט מיט דעם געוואלדיגן דערגרייכונג מיטן המשכת שלשלת הקודש, ווען די רבי שליט"א דערגרייכט דעם ודור רביעי ישובו הנה, און דער גאלדענע קייט ציהט זיך ב"ה מיט א דור ווייטער לשם ולתפארת.
די שמחת הווארט קומט פאר יעצט אויפדערנאכט אין די זאלן פון תלמוד תורה מאחנובקא בעלזא אין עיה"ק ירושלים אין שפיץ פונעם ראש בית אב דער גרויסער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכע האלט זיך אויף די יעצטיגע טעג אין ירושלים אויף אפרוה.