זונטאג פ' כי תבא • י"ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט התרגשות של שמחה גרייטן זיך דושינסקיא חסידים תושבי עיר הבירה לאנדאן מקבל צו זיין את פני הקודש פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכער וועט אנקומען אויף א קורצן און געהויבענעם ביקור חיזוק והתעלות בקרב חסידיו אין לאנדאן, און וועט פראווענען דעם קומענדיגן שבת פ' כי תבוא "שבת סליחות" במקהלות עם רב תלמידי וחסידי בית יוסף צבי דושינסקיא תושבי לאנדאן.
דער רבי שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין אמעריקא לטובת די קרית הישיבה אין שטאט אלעד, האט באוויליגט צו מאכן אן אפשטעל אין לאנדאן אויף זיין וועג אהיים קיין ארץ ישראל, און זאגן די סליחות ראשונות ברוב עם הדרת מלך אין לאנדאן הבירה.
דאס קומט אין צייט וואס עס איז אונטערגענומען געווארן מאסיווע רענאוואציע צו פארברייטערן און פארגרעסערן דעם בית המדרש הגדול דושינסקיא אין ירושלים עיה"ק לקראת די ירח האיתנים, וואס באדייט אז דאס ביהמ"ד וועט נאכנישט זיין פולקאם גרייט אויף שבת סליחות, און דעריבער האט די רבי שליט"א באשלאסן צו מאכן דעם אפשטעל אין לאנדאן און וויילן אויף שבת סליחות אין די ארטיגע דושינסקיא קהילה, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס דער רבי וועט זאגן די סליחות ראשונות במוצאי מנוחה אינדרויסן פון ירושלים עיה"ק.
דורכאויס שבת וועלן די חסידים האבן די געלעגנהייט להתחמם לאורו הבהיר פונעם רבי'ן ביי די געהויבענע תפילות און טישן, און זוכה זיין צו הערן דברי אלוקים חיים מפום ממלל רברבן, לקראת די הייליגע טעג, דערביי זיך אנצושעפן מיט הויפענעס חיזוק און חיות דקדושה צום נייעם יאהר.
לויטן פלאן וועט דער רבי פארלאזן ניו יארק דעם דאנערשטאג צופרי, און זיך אויפהאלטן אין לאנדאן ביז מאנטאג נאך שבת, ווי די רבי וועט דורכאויס די ימי הביקור באזוכן אין די מוסדות הקדושים דחסידי דושינסקיא און באזונדער אויפנעמען די חסידים בפתקי דרחמי לקראת ימי הרחמים והרצון.