דינסטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט זיך דעם אנהייב וואך צוריקגעקערט לביתו נאווה קודש אין וויליאמסבורג נאכן פארוויילן דורכאויס די זומער חדשים אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, איז היינט פארמיטאג אראפגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט וואו דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט ביי די בוי ארבעט אינעם ביהמ"ד הגדול – בית מדרשו של רבי וואס איז אין די יעצטיגע זומער וואכן אריין אונטער א מאסיווע קאנסטרוקציע אונטערנעמונג צו אויסברייטערן דעם היכל הגדול.
דער רבי שליט"א איז ארומגעוויזן געווארן דורך די ראשי העסקנים, וועלכע האבן איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די אנגייענדע בוי ארבעט, וואו מען גרייט זיך שוין צו גיסן דעם דאך אויף די צוגעבויעטע שטאק פונעם ביהמ"ד הגדול, נאכדעם וואס מען האט אראפגעווארפן ביידע זייטן עזרת נשים פון דרום און צפון זייט, צו קענען ארויפרוקן דעם עזרת נשים א שטאק העכער, וואס דאס וועט פארגלייכן דעם גאנצן היכל בית המדרש הגדול, והיו למשכן אחד מיט א מעגליכקייט אויפצובויען גאלעריעס און הויכע פארענטשעס אינעם היכל ביהמ"ד הגדול, וואס וועט צוגעבן הרחבת הדעת פאר די טויזענטער חסידים המסתופפים בצל הקודש אין די ימים הנוראים און ביי די גרעסערע מאורעות.
דער רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע דעטאלן פונעם בוי פראיעקט, און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די ראשי הקהילה, די ארבייטער, און די חשובע עסקנים, אז מען זאל קענען זיין גרייט מיט די מלאכת הבני' לקראת די ימים הנוראים ווי געפלאנט.