הויפט בלאט באריכט הכנה דרבה צום "שבת הכתרה" בתוך ימי השבעה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בצל בניו האדמור"ים שליט"א

הכנה דרבה צום "שבת הכתרה" בתוך ימי השבעה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בצל בניו האדמור"ים שליט"א

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' שופטים • ד' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


חסידי ואוהדי בית קרעטשניף סיגעט אין ארץ הקודש גרייטן זיך צום "שבת הכתרה" וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם שבת קודש פרשת שופטים בתוך ימי השבעה, ראשון למקראי קודש, דער שבת ראשונה, לחסות בצל הקודש און זיך דערווארעמען ביי די לעכטיגע תפילות און טישן כולם בני איש אחד, באהבה ואחוה וריעות בצילם פון די קינדער האדמור"ים ממשיכי השלשלת, דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, און זיינע ברודער כ"ק האדמורי"ם והרבנים שליט"א וואס זענען געקרוינט געווארן למלאות מקומו און להמשיך דרכו הטהורה פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל וואס האט דעם דינסטאג אזוי פלוצלינג איבערגעלאזט די חסידים המקושרים לאילנא דחיי, כצאן בלי רועה.

די תפילות דורכאויס שבת וועט מען דאווענען אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט – בית מדרשו של רבי. די טישן סיי ליל שבת און שלש סעודות וועלן פארקומען אינעם גרויסן היכל השולחנות בחצר הקודש פינסק קארלין וואס געפונט זיך בשכינות פון די קרעטשניף סיגעט'ער הויף, און איז ארויסגעדינגען געווארן ספעציעל צו אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור, חסידים אוהדים ומעריצים פון איבעראל, וואו מ'וועט זיך מחזק זיין און משנן זיין משנתו הטהורה פונעם רבי'ן ז"ל, און זיך מאחד זיין אונטער די השפעה פון די ממשיכי שושלתא דדהבא.

דער גאנצער שבת וועט געפראוועט ווערן מיט א ברודערליכע אחדות, דער הויכפונקט וועט זיין ביים סעודתא דחקל תפוחין קדישין, דער עריכת השלחן הטהור ליל שבת, וואס וועט ביי יעדן ערוועקן געגועין וכסיפון, זיך דערמאנענדיג צו די לעכטיגע פרייטאג-צונאכטס טישן ביים רבי'ן ז"ל, וואס איז געווען א שם דבר מיט איר אייגנארטיגן קרעטשניפער פלאם, וואס מען האט געהאט די זכי' מיטצוהאלטן מידי שבת בשבתו ביז פאריגן שבת ווען דער רבי איז ליידער אוועקגעפאלן על ערש דווי.

אזוי ווייטער וועט דער שבת נמשך ווערן אויף א זעלטן געהויבענעם פארנעם, צו וואס די חסידים און אוהדים רישן זיך מיט ערווארטונג און איבערגענומע הרגשים פון שמחה ונחמה זעהנדיג ווי דער גאלדענע קייט ווערט נמשך לשם ולתפארת, הדר הוא לכל חסידיו.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00