הויפט בלאט באריכט וְכָתַב לוֹ אֶת מִשְׁנֵה הַתּוֹרָה הַזֹּאת: ק"ק סאטמאר מאנסי וועט שרייבן א ספר תורה לכבודו ולזכותו הרמה פון האד' מסאטמאר

וְכָתַב לוֹ אֶת מִשְׁנֵה הַתּוֹרָה הַזֹּאת: ק"ק סאטמאר מאנסי וועט שרייבן א ספר תורה לכבודו ולזכותו הרמה פון האד' מסאטמאר

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' ראה • ג' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די צייט וואס הונדערטער תלמידי וחסידי סאטמאר אין מאנסי גרייטן זיך אפצורעכטן דעם ערשטמאליגע "שבת הקהל" וועלכע וועט צוזאמנעמען דעם גאנצן סאטמארער קהילה אין מאנסי אויף א פארזענליכע שבת בקודש פנימה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א – דעם שב"ק פ' שופטים, שבת הילולא קדישא ו' אלול פון הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע, אין די עלעגאנטער 'ארמון האטעל' אין קאנעריקוט, קומט יעצט אריין די נייעס איבער א מעמד נשגב ומרומם "התחלת כתיבת ספר תורה", אויפ'ן מהודרדיגע ספר תורה וועלכע וועט געשריבן ווערן דורך חברי ק"ק סאטמאר מאנסי לכבודו ולזכותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד וועט פארקומען במוצאי יום גילה, שליסנדיג דעם שבת מרומם מיט א פייערליכע מאורע.

אינעם געהויבענעם שעת רחמים ועת רצון איידער'ן אנהייבן די מצוה רבה פון כתיבת ספר תורה בשותפות, וועלן געזינגען ווערן ווארימע ניגוני בקשה על התורה, לפתיחת הלב בתורה, ובנים מאירים בתורה. דערנאך וועט זיין די הויכפונקט ווען דער רבי שליט"א וועט אריינשרייבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה, און וועט נאכפאלגן מיט פייערליכע ריקודין, באגלייט בתופים ובמחולות כראוי וכיאות לכבודה של תורה, ווי מ'וועט דערביי לויבן און דאנקן בשבח והודאה להשי"ת אויף די לעכטיגע מאמענטן, דעם יום קדוש מבואו ועד צאתו וועלכע מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן בצילא דמהימנותא קדישא אויף אזא דערהויבענע פארנעם.

אין די לעצטע טעג פארבליבן צום שבת לייגן די עסקנים אריין אויסטערלישע כוחות אהערצושטעלן אלע פרטי השבת אויפ'ן שענסטן פארנעם. דער שבת וועט געפראוועט ווערן אויף גאר א געהויבענעם פארנעם, געשמאק און ברודער'ליך, די תפלות, שולחנות הטהורות, דרשות און אלעס ארום, מקורב למלכות אויף א פארזענליכע פארנעם בקודש פנימה, ווי מ'וועט אין די זעלבע צייט זוכה זיין זיך אן צושעפען מבארו הטהור פונעם רבי'ן שליט"א בדברי חיזוק והתעלות ביי די מערערע דברות קודש במשך השבת, מיט א קלארקייט אין פילצאליגע תחומי החיים ביסודות הדת והיהדות.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00