הויפט בלאט באריכט בשורה טובה: האד' מוויזניץ קערט זיך צוריק אהיים קיין לאנדאן נאך גאנצע פיר חדשים אין אמעריקע לצרכי רפואה

בשורה טובה: האד' מוויזניץ קערט זיך צוריק אהיים קיין לאנדאן נאך גאנצע פיר חדשים אין אמעריקע לצרכי רפואה

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' ראה • כ"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי וויזניץ אין לאנדאן נעמען אויף די פרייעדיגע בשורה טובה מיט לויב און דאנק צו השי"ת, אז רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועט זיך אין א גוטע שעה אהיימקערן למעון קדשו אין לאנדאן, נאכן וויילן אין אמעריקא במשך די לעצטע קרוב צו פיר חדשים, וואו דער רבי האט געדארפט אדורכגיין פארשידענע באהאנדולנגען ביי די ארטיגע דאקטוירים לצרכי בריאת גופו הטהור, זייענדיג נאך היפש אפגעשוואכט פון די ביטערע מחלה ל"ע פון וואס דער רבי שליט"א האט געליטן עטליכע יאר צוריק, מיטן האפענונג אז דער רבי זאל זיך צורירקקערן צו די כוחות לאיתנו הראשון און קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש צו פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות כימים מקדם.

אין די לעצטערע טעג ווען דעם רבינ'ס לייב דאקטוירים האבן אבעזעווירט זיין געזונטהייט מצב, האבן זיי אויסגעדרוקט מיט צופרידענהייט אז דער רבי שליט"א קען זיך שוין ב"ה אומקערן צוריק אהיים, און לויטן יעצטיגן פלאן וועט דער רבי שליט"א בעז"ה ארויספארן קיין לאנדאן דעם קומענדיגן דינסטאג כי תצא, און אנקומען קיין לאנדאן מיטוואך כי תצא י' אלול.

לכבוד דעם רבינס אהיימקומען איז ערווארטעט א רייע מעמדי קבלת פנים בחוצות העיר הבירה דורך די הונדערטער חסידי וויזניץ בפרט און פילע תושבי העיר, כידוע לכל די נאנטשאפט און צוגעבינדנקייט צווישן די לאנדאנער אידנטום מיטן וויזניצער רבי'ן שליט"א.

און די פארגאנגענע חדשים ווען דער רבי איז געוועהן אין אויסלאנד האט זיך דערקענט די געוואלדיגע חלל, אצינד אבער אז דער רבי שליט"א וועט זיך בעז"ה אומקערן למעון קדשו אין לאנדאן וועקט דאס אויף סטרונעס מיט פרייד צווישן אלעמען צוגלייך דאנקענדיג און לויבענדיג דעם אייבערשטן על כל הטוב והחסד שגמלנו.

מען האפט אז דער רבי שליט"א וועט אין די קומענדיגע וואכן קענען אויפנעמען די חסידים און תושבי העיר לקראת ימי הרחמים והרצון, סיי אין שטאט לאנדאן, און סיי אין די אדערע חרדישע געגענטער, און קענען אפרעכטן די ירח האיתנים פון חודש תשרי כשנים קדמוניות געזונטערהייט, אויף וועלכע די הונדערטער חסידים קוקן שוין ארויס מיט התשוקקות וגעגועים אזא לאנגע צייט.

חסידי וויזניץ זענען ווייטער מתפלל אויף די גענצליכע ערהוילונג פונעם רבי'ן שליט"א מרן דוד בן סימא מירל צו א גענצליכע רפואה שלימה, צו קענען ווייטער זוכה זיין לחסות בצל קדשו מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00