מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
שטייענדיג אין א תקופה וואס דער גאנצער יהדות החרדית איבער דער גארער וועלט שטורעמט און קאכט ווען דער גזירת הגיוס וואס הויערט שוין יארן לאנג אויף די בחורים אין ארץ הקודש איז ענדגילטיג ארויף צום קלימאקס שטאפל, ווען די ארטיגע רעגירונג האבן שוין פאקטיש אנגעהויבן נאכיאגן די בחורים, און שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט, ה' ירחם, דעריבער איז דער שר צבא השם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) ואתו עמו די גדולי הרבנים שליט"א אין אמעריקא געקומען צום החלטה, אז טראץ וואס מיר שטייען אין די זומער וואכן, ווען ס'איז שווער צאמצונעמען יעדן איינעם, איז אבער דער קריטישער חובת השעה מכריע, און האבן פאררופן א דעמאנסטראציע אויף קומענדיגן מאנטאג ראה פארנט פונעם ציוניסטישן קאנסולאט אין מאנהעטן, מיט'ן ציל צו 'עפענען דעם מערכה', און צייגן פאר די שלטונות אז דאס יהדות החרדית אין חוץ לארץ וועט נישט שטיין גלייכגילטיג אין צייט וואס די רשעים טרויען זיך צו טשעפען מיט די סאמע גרינד- פרינציפן פונעם ערליכן אידנטום.
טראץ די קורצע צייט פון ווען דער עצרת איז פראקלימירט געווארן, ווערט ערווארטעט אן איבערפלוס פון טויזענטער אידן וואס וועלן ארויסקומען אין די מאסן אויסשרייען דעם וויי געשריי פונעם יהדות הגולה. ובפרט ווערט ערווארטעט די השתתפות פון טויזענטער כולל יונגעלייט און בני תורה פון איבער גרעיטער ניו יארק, וואס וועלן זיך צונויפנעמען אינאיינעם מיט די חשובע בעלי בתים און פני העדה, צו דעם ערשטן צוזאמקום זינט דעם פארשארפערטן מצב.
ווי די עסקנים געבן איבער, איז מען שוין געזיצן מיט די פאליציי, און ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן צו קענען אפהאלטן דעם עצרת, גלייכצייטיג זיצט מען יעצט מיט פארשטייער פון די גרויסע מידיע נעצן, זיכער צו מאכן אז דער פראטעסט זאל ווערן מפורסם בכל רחבי העולם, און דער זעקת היהדות זאל אנקומען בעז"ה צו די ריכטיגע אויערן.