הויפט בלאט נייעס הוראת שעה: חתונה בחצה"ק גור אפגעשטופט אין ליכט פון מצב הבריאות ביי האד' מגור

הוראת שעה: חתונה בחצה"ק גור אפגעשטופט אין ליכט פון מצב הבריאות ביי האד' מגור

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין ליכט פונעם מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז היינט געמאלדן געווארן מטעם חצר הקודש גור, אז די חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א וועלכע האט געזאלט פארקומען אין צוויי וואכן ארום, איז אפגעשטופט געווארן אויף קומענדיגן ווינטער תשפ"ו.

די רעדע איז פון די חתן א זוהן פון הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בנו חביבו ויד ימינו פונעם רבי'ן, מיט די כלה א טאכטער פון בנש"ק הרב משה בצלאל אלתר שליט"א אייניקל פון צדיקי בית גור, וואס די חתונה האט געזאלט פארקומען קומענדיגן דינסטאג שופטים, ב' אלול אינעם ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים.

די חתונה איז אפגעשטופט געווארן אין ליכט פון דעם וואס דער ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט צובראכן זיין אקסל נאכן אומפאלן דעם שבת אינעם מקום הנופש אין מושב אורה. ווען דער מחותן הרה"צ ר' נחמיה שליט"א האט פארגעשלאגן דעם פלאן אפצושטופן די חתונה האט דער רבי געהייסן אז מען זאל אנפרעגן דעת תורה, און נאכדעם וואס די רבני החסידות האבן דורכגעטוהן די צדדים בכובד ראש נעמענדיג אין באטראכט די הארבע קפידה ביי חסידים נישט אפצושטופן א זמן חתונה און בפרט ווען מ'רעדט פון בלויז צוויי וואכן ארום – דאך, איז באשלאסן געווארן אפצושטופן די חתונה נאכדעם וואס דער רבי שליט"א פונקציאנירט שווער אין א בחינה פון "מלך אסור ברהטים".

דער פרישע זמן החתונה איז נקבע געווארן אויף דאנערשטאג ויצא, ז' כסליו תשפ"ו במקהלות אלפי חסידי גור ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע בס"ד באשיינען על ראש שמחתו מיט פרישע און געזונטע כוחות. די שמחה וועט זיך אנהייבן ביים שבת באווארפן שבת פ' וישלח אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים.

אין צוזאמענהאנג מיט'ן טויש אינעם זמן חתונה, איז אויך ערווארטעט פארשידענע שינויים אויף די בעפארשטייענדע ירח האיתנים בצל הקודש.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00