הויפט בלאט באריכט כל הגולה כמדורת אש: האד' מסאטמאר אדרעסירט ביטערער 'גזירת הגיוס' אין ארה"ק | רעקארדירונג

כל הגולה כמדורת אש: האד' מסאטמאר אדרעסירט ביטערער 'גזירת הגיוס' אין ארה"ק | רעקארדירונג

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


פייערדיגע דברות קודש איז יעצט פארמיטאג געהערט געווארן דורכן שר צבא השם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר די טויזנטער תלמידי הישיבה אין מחנה רב טוב – מחנה יהודה, וואו דער רבי האט אדרעסירט דער ביטערער מצב אין ארה"ק מיט דעם שרעקליכן "גזירת הגיוס" וואס ברענט און פלאקערט אן אפשטעל.

דער רבי האט אויסגעשריגן בקול חוצב להבות אש 'כלל ישראל איז אין א מורא'דיגע סכנה, עת צרה היא ליעקב, די מצב אין ארץ הקודש ווערט ליידער ערגער און די רשעות'דיגע פאליציי גייט ארום קלאפן אויף טירן צו ארעסטירן בחורים וועלכע שטעלן זיך נישט צום מיליטער, "יעצט זעהט מען ממש וואס די רבי זי"ע האט דעמאלטס געשריגן אז ס'וועט קומען א זמן וואס א איד וועט נישט קענען זיין אין ארץ ישראל רחמנא ליצלן".

דער רבי האט דערביי אויפגעפאדערט די בחורים אז מ'דארף מתפלל זיין, זאגנדיג אז דאס יהדות החרדית איז אין א מורא'דיגע סכנה, די רשעים האבן איין איינציגן ציל להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים, און זייער מיליטער איז א שמעלץ טאפ פאר אלע עבירות.

דער רבי האט אויסגעפירט אז די תפילות פון תינוקת של בית רבן האט א מורא'דיגע כח, און עס ליגט א פליכט אויף יעדן צו מתפלל זיין און איינרייסן לביטול הגזירה!

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00